Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8154אגרות קודש· כרך כא· ח'קנד
אח'קנד
בב"ה, ה' אייר תשי"ח
גברוקלין
דהוו"ח א"א נו"נ עוסק בצ"צ
הבעל מדות מו"ה שלמה שי'
ושלום וברכה!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח אייר, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער פרוי תחי' מרת פיילע, און בעת רצון וועט מען זי נאך אמאל מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום געזונט בעסערונג גאר בקרוב, און צוזאמען מיט איר זאלט איר האבען לאורך ימים ושנים פיל נחת, אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך שיחיו.
חאון בפרט לויט אייער שרייבען וועגען אייער אפשטאם, וואס פילע פרטים זיינען געווען פאר מיר א אנגענאמע נייעס, זאל אייך ביישטיין אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און ווי באוואוסט אויך די הודעת חז"ל זרוק חוטרא לאוירא אעיקרא קאי, און בפרט בהנוגע צו חסידותשע ווארימקייט און לעבדיקייט, וואס זייערע עלטערן האבען באקומען פון רבותינו נשיאינו מייסדי תורת חסידות חב"ד - איז דאך באוואוסט אז דברי צדיקים און זייערע פעולות זיינען קיימים לעד, און טוען זייער פעולה גאר כפשוטו - אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און געוויס וועלען אט די פעולות נאך מער מוסיף אין די ברכות פון השי"ת אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
טהמצפה לבשורות טובות וחותם בברכה בגו"ר
ימ. שניאורסאהן
יאערהאלטען ניט ליינג אייערע בריף מהטבת מצב בריאותה. ות"ח ת"ח. אויך - פאר די פוטו פון די אייניקלאך תחיינה לאויוש"ט.
יבח'קנד
מצילום האגרת.
מצילום האגרת.
יגמו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.