Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8174אגרות קודש· כרך כא· ח'קעד
אח'קעד
בב"ה, ערב שבת קודש בא, ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דצום יערליכן באנקעט פון די ליידיס אקזילערי פון
הבראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער
וישיבות, תומכי-תמימים
זברכה ושלום!
חאויף אייער מיטטיילונג, אז דעם קומענדיגן דינסטאג, י"א שבט הבע"ל, וועט פארקומען אייער יערלעכע אונטערנעמונג לטובת די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש.
טשיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די פירערשאפט און מיטגלידערינס, ווי אויך צו אלע אנטיילנעמער און געסט - שליט"א - אז די אונטערנעמונג זאל זיין בהצלחה אין מאטעריעלן ווי אויך אין גייסטיגן זין -
יאין מאטעריעלן זין - צו שאפן די דערווארטעטע הילף פאר די ישיבות און פארשטארקן אייער ארבעט אין דעם.
יאאין גייסטיגן זין - אנערקענענדיג דעם גרויסן זכות צו זיין טעטיג פאר אזא היילגן צוועק, צו שאפן א שטארקע צוגעבונדענקייט פון יעדרע פון אייך צו דעם גייסט פון ליובאוויטש, און מיט חסידטישער ווארימקייט און ליכטיקייט, אריינברענגען וואס מען פון דעם גייסט, דעם גייסט פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל בא זיך אין דער היים און אין דער סביבה ארום.
יבאון אזוי ווי די אונטערנעמונג קומט-פאר אויף מארגן נאך דעם יום ההילולא (יארצייט) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער מייסד פון די ישיבות דא אין אמעריקא, וואס יעדער איינער און איינע ווייסן דאך אז דברי צדיקים וברכותיהם קיימים לעד - די רייד און ברכות פון צדיקים בלייבן אייביק -
יגזאלן די ברכות פון דעם בעל ההילולא ביישטיין יעדן איינעם און איינער מיט דער פאמיליע שליט"א - בכלל און בפרט.
ידבברכה להצלחה בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.
טוח'קעד
נדפסה בקונ' "צדיק למלך" א ע' 107.
נדפסה בקונ' "צדיק למלך" א ע' 107.