Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 21·Letter 8197אגרות קודש·כרך כא·ח'קצז

אח'קצז
בב"ה, א' אלול, תשי"ט
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות ורב פעלים עוסק
הבצ"צ
ומו"ה שלמה שי'
זשלום וברכה!
חמיט צופרידנהייט האב איך באקומען אייער בריף פון ערב ראש חודש אלול הוא חודש הרחמים, אין וועלכן איר שרייבט די גוטע בשורה, אז דעם קומענדן שבת פ' שופטים, ווערט איר א בן ששים.
טהשם יתברך זאל העלפן, אז לאריכות ימים ושנים טובות, זאלט איר אנזאגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן יעדערן פון אייער משפחה שי', גוטע בשורות אין די ענינים הגשמים און אויך גוטע בשורות אין די ענינים הרוחנים,
יאון ווי באוואוסט דער ווארט פון בעל שם טוב, אויף דעם פסוק כי תראה חמור וגו' עזוב תעזוב עמו, אז אויך מיט ענינים הגשמים קען מען און מען דארף דינען השם יתברך. און עבודת השם דארף זיין דוקא בשמחה, ובטוב לבב (זע רמב"ם סוף הלכות לולב, און אין ספר התניא אין מערערע ערטער, ווי אנגעצייכנט אין תוכן ענינים בסופו).
יאאון בפרט אז די השגחה עליונה האט אייך מצליח געווען און מזכה געווען, מיט דער השתדלות און ארבעט אויף צו שטארקן און אויברייטערן דעם, בית ליובאוויטש" אשר בק"ק לונדון, וואס זיכער, אזוי ווי אין אלע גוטע זאכן, וועט איר גיין מחיל אל חיל ומעלין בקודש, וועט דאס נאך צוגעבן אין די ברוכת פון השם יתברך והצלחתו, אייך און יעדערן פון דער משפחה,
יבובזה כמובן וגם פשוט הברכה פון דעם קאפיטל תהלים וואס איר וועט אנהויבן זאגן: שנותיו כמו דור ודור וגו' כן אזמרה שמך לעד וגו'.
יגבברכה לבשו"ט בכל הנ"ל ולכתיבה וחתימה טובה לו ולכל או"א מבני ביתו שיחיו בגו"ר,
ידמ. שניאורסאהן
טוח'קצז
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 97.
טזמו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.