Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 21·Letter 8204אגרות קודש·כרך כא·ח'רד

אח'רד
בב"ה, כ"ב מ"ח, תש"כ
גברוקלין.
דמר אליעזר דניאל שי'
השלום וברכה!
ובאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ג חשון, וועמענס אינהאלט איז איבערגעגעבן געווארען צו אונזער ביורא אין פאריז, וואס דארט ווערען קאנצעטרירט אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט טעטיקייטען אין אירופא, איינגעשלאסען אויך די גירינדונג און אנפירונג פון ישיבות און חינוך בכלל.
זוואס איר שרייבט, וועט די אקאונטען עקזאמינעס וואס איר דארפט דורכגיין, בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו הצלחה אין דעם, און זעלבסט פארשטענדליך, אז אייער פעסטער באשלוס, אויף צו-צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצות, אין טאג טעגליכען לעבען, איז דאס די וועג און כלי צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, און וואס אלץ מער מ'גיט צו, אלץ מער וועט צוגעגעבען אין די ברכות פון השם יתברך.
חוואס איר שרייבט, וועגען באזוכען זומער א ליובאוויטשער ישיבה, און אויך וועגען דעם בחור, וואס ליידער, לעצטענס, פירט ער זיך ניט אויף ווי געהעריג, און אפשר וועט ער אויך וועלען באזוכען אין די זומער חדשים, אין א ישיבה,
טדארפט איר זיך פארבינדען מיט דער ישיבה, ואוו איר זייט געווען, ד.ה. ישיבה לוד, וואס דורך דעם וועט זיין גרינגער דעם בחור וועלכען וועגען איר שרייבט, צו צוגעוויינען זיך דארט.
ימיין ענטפער אויף אייער פאריגען בריף, האט איר זיכער זיינער צייט באקומען.
יאבברכה לבשורות טובות,
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגא. קווינט
ידמזכיר
טוח'רד
מצילום האגרת.
טזמר אליעזר דניאל: מאירס, ראטערדאם.