Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8274אגרות קודש· כרך כב· ח'רעד
אח'רעד
בב"ה, נר א' דחנוכה, ה'תשכ"ב
גברוקלין, נ. י.
דאל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה
הומצוה
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חאריינגייענדיק אין די ליכטיקע טעג פון חנוכה, איז איצט א פאסנדע צייט אריינצוטראכטן זיך וואו מען האלט אין דעם ענין פון פארשפרייטן די ליכטיקייט פון נרמצוה ותורה אור אין טאג טעגלעכן לעבן, סיי על פתח ביתו - בא זיך אין שטוב, סיי מבחוץ - אין דרויסן. וואס דאס איז דאך אייגנטלעך די "פראקטישע" באדייטונג פון חנוכה און נר חנוכה.
טאון אפילו ווען מ'קען אין פיל הינזיכטן זיין צופרידן מיט די דערגרייכונגען אין די פארגאנגענע טעג און יארן, איז דאך זיכער ניט גענוג, ווארום נר חנוכה לערנט אז עס דארף זיין מוסיף והולך מוסיף ואור, אז אלע ענינים פון תורה וקדושה דארף מען פארשפרייטן און פארשטארקן אין א שטייגנדער מאס, פונקט ווי מיר צינדן אן די חנוכה ליכטלעך אין א כסדר וואקסנדער צאל יעדע נאכט פון חנוכה.
יאון אויב אפילו עס זיינען פאראן שוועריקייטן, מאנט דאך חנוכה פון א אידן מסירות נפש, כאטש די מסירות-נפש וואס עס ווערט געפאדערט היינט אין אזא לאנד ווי אמעריקא איז גאנץ ווייט פון די מסירות-נפש וואס עס האט זיך געפאדערט פון מתתיהו ובניו, און גאנץ ווייט אפילו פון די מסירות-נפש וואס אידן ווייזן היינט ארויס אין געוויסע לענדער וואו אידן און אידישקייט ווערן פארפאלגט און אונטערדריקט, רחמנא ליצלן. דאס מיינט אבער ניט אז די געפאר פון להשכיחם תורתך איז קלענער און ווייניקער אקטועל אין די פרייע לענדער ווי אין די פארשקלאפטע לענדער. די געפאר פון "פרידלעכע אסימילאציע" איז אין פיל הינזיכטען נאך ערנסטער ווי די געפאר פון "צוואנגס-אסימילאציע".
יאדער מיטל אפצושטעלן און באזייטיקן די דאזיגע געפאר איז צו פארגרעסערן און פארשפרייטן דעם ישיבה-חינוך, דעם חינוך על טהרת הקדש - "חנוך-ה'".
יבדאס איז ניט בלויז א פראגע פון אריינברענגן וואס מער אידישע קינדער אין די ישיבות, כאטש יעדער אידיש קינד איז אן עולם מלא, א גאנצע וועלט פאר זיך, דאס מיינט אויך, אז יעדער איינער פון זיי דארף זיין א שיינענדע ליכט, צו פארשפרייטן און באלייכטן מיט תורה-אידישקייט דעם גאנצן ארום. ליכטעלעך און קנויטלעך זיינען ב"ה דא; מ'דארף בלויז צוגעבן א פייערל.
יגאון דאס איז שטענדיק געווען די הויפט-אויפגאבע פון די תלמידים פון די ליובאוויטשער ישיבות - נרות להאיר, ליכטיקע ליכטלעך, ליכט וואס לייכטן און באלייכטן און צינדן אן כסדר נייע ליכטלעך.
ידגלייכצייטיק מוזן אויך די בעלי-בתים פון זייער זייט, די תומכי-תמימים, די שטיצער און פריינט פון ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש געבן און שאפן די נויטיקע פינאנציעלע הילף אין א שטייגנדער מאס.
טודי יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, גיט א מעגלעכקייט צו פארווירקליכן דעם אינהאלט פון חנוכה אין א פראקטישן אופן. די דאזיגע מעגליכקייט מיינט א פליכט און פאראנטווארטלעכקייט וואס טארן ניט דורכגעלאזט ווערן.
טזדי באטייליגונג אין דער ארבייט פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש א גאנץ יאר, און בפרט צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, אין א פארגרעסערטער און שטייגענדער מאס, לויט דעם אינהאלט פון חנוכה, וועט זיכער ברענגען יעדן און יעדער איינער פון די אנטיילנעמער דעם אויבערשטנ'ס ברכות אויך אין א פארגרעסערטער און שטייגנדער מאס, בגשמיות וברוחניות, פאר זיך און זייערע בני בית שיחיו.
יזבכבוד ובברכה ובברכת חנוכה
יחמ. שניאורסאהן
יטח'עדר
כנדפסה בלקו"ש ח"י ע' 310.