Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 22·Letter 8292אגרות קודש·כרך כב·ח'רצב

אח'רצב
בב"ה, ג' טבת, תשכ"ב
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מו"ה חיים
הזוסיא שי'
ושלום וברכה!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ה כסלו ושלאחריו.
חמיר געפינען זיך דאך אין דעם טאג פון זאת חנוכה, וואס ווי ערקלערט אין תורת החסידות, איז אין דעם צוויי פירושים. און - פארטייטשען אין עבודה כפשוטה:
טא) אראפציהען פון דעם טיפסטען כח פון נפש (עתיק שבנפש) וואס דאס איז דער כח התענוג, ביז אז דאס זאל ווירקען אויף מעשה בפועל, אין דער טאג טעגליכער אויפפירונג.
יב) אראפבריינגען פון דעם אנפירענדען כח פון די כחות פנימים (אריך שבנפש, כח הרצון שבנפש), אז דאס זאל דורכנעמען דעם גאנצען מענשן און אלע זיינע איבערלעבונגען.
יאאום אויפצוטאן ביז למעשה בפועל, וואס עס איז דאך פארבונדען מיט
יבשוועריקייטען, מוז מען אנקומען, ארויסבריינגען א טיפערן כח פון נפש האלקית, דאגעגען צו באווארענען דעם מענש אליין און זיינע געפילען, דארפמען ניט אזא כח, ווי דער וועלכער דארף פארבינדען מיט דער אויסערליכען וועלט.
יגאון לויט דעם באוואוסטען אויסשפראך, כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה ביותר (דער וואס אלץ העכער איז, קען גרייכען דאס וואס מער נידעריג איז).
ידווי עס האט זיך גערעט אין דער התועדות פון שבת חנוכה, אז אין דעם קיצור פון דעם מאמר (ברוך שעשה נסים, פ"ד) ווערט נאר געבראכט דער ערשטער פירוש, וואס דאס שטרייכט אונטער דעם עיקר והתכלית.
טווואס דאס איז דאך דער מיין פון א קיצור, אז ס'בריינגט נאר ענינים וועלכע זיינען א עיקר, און ניט ביאורים והסברים.
טזאון השי"ת זאל מצליח זיין, אז יעדערער זאל אויספירן די הוראות פון זאת חנוכה, לויט דעם אויבען דערמאנטען ביאור פון תורת החסידות, אויף דעם גאנצען קומענדען יאר הבא עלינו לטובה, צו מאכען ליכטיג בא זיך אליין, ועל פתח ביתו, און אויך מבחוץ, (בא זיינע בני בית און נאהענטע און אויך אין דער אויסערליכער וועלט).
יזבברכה לבשו"ט בכל האמור
יחמ. שניאורסאהן
יטח'רצב
חלקה נדפס בלקו"ש ח"י ע' 317 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
כמו"ה חיים זוסיא: ווילימובסקי. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ז'תתעט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'תכב. ח'תפג.
כאבאוואוסטען אויסשפראך: ראה גם לעיל אגרת ח'רפה. וש"נ.
כבמאמר.. פ"ד: דלעיל אגרת ח'רצ בהערה.