Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8308אגרות קודש· כרך כב· ח'שח
אח'שח
בב"ה, מוצאי שבת מברכין חדש שבט, אור כ"ד טבת, ה'תשכ"ב
גיום ההילולא של רבנו הזקן, ברוקלין, נ. י.
דצו דער צווייטער יערליכער פארזאמלונג פון דער ליידיס
האוקזילערי פון דער ישיבה תומכי תמימים, אין
ומאנטרעאל,
זה' עליהן תחיינה
חברכה ושלום!
טאין ענטפער אויף דער מיטטיילונג וועגען דער באשטימונג פון דער צווייטער יערליכער פארזאמלונג פון אייער ליידיס אוקזילערי אויף יום ד' חדש שבט הבע"ל.
יהשם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין מיט פיל הצלחה, סיי בכמות - די מער צאל איינטיילנעמער - און סיי באיכות - גרעסערע און מערערע ביישטייערונגען -
יאאון געוויס וועט מען זיך ניט באנוגענען מיט דעם, און מוועט צוגעבען אין דעם, כהנה וכהנה.
יבוואס אויב אין יעדער תקופה און אין יעדער ארט, איז דער אנזאג פון תורתנו הק' להעלות בקדש - צו שטייגען אין הייליקייט - על אחת כמה וכמה, אין אונזער תקופה, און אין די מדינות, וואס די פאדערונג איז זייער גרויס.
יגאון ס'איז איינפאך און פארשטענדליך, אז ווען די נויטיקייט ווערט גרעסער, ווערט אויך צוגעגעבען אין די כחות און מעגליכקייטען, און די מיטהילף פון אויבען, שהרי טוב וישר ה',
ידאון מיר געפינען זיך דאך געציילטע טעג פון דעם יארצייט הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פאר פארשפרייטען אידישקייט תורה ומצות בכלל און תורת החסידות ועניני' בפרט, וועלכער איז מעורר ר"ר צו ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אייער ארבעט לטובת די ישיבה תומכי תמימים.
טואון השי"ת זאל העלפען איר זאלט טאן אין דעם מתוך שמחה וטוב לבב אמיתיים ופנימיים.
טזבברכה צו אלע איינטיילנעמער אין דער אסיפה, זייט מיט זייערע פאמיליעס שיחיו.