Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8346אגרות קודש· כרך כב· ח'שמו
אח'שמו
בב"ה, אדר"ח אד"ר, תשכ"ב
גברוקלין.
דמתפללי בית הכנסת אנשי ליובאוויטש בעיר
הפאסייעק,
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חאיך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה אהרן משה שי' באברויסקי, און האט אויך איבערגעשיקט אייער ביישטייערונג, אויף וועלכעס איז דא די קבלה.
טאון לויט דער סדרה פון היינטיגער וואך, וואס דער אנהויב פון איר איז, דער אנזאג פון השי"ת, וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב וגו' ווערט געבראכט אין מדרש (תרומה פ' ל"ה) דער מאמר אמר רשב"ל לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל המשכן, ובשבל בית המקדש.
י"די וועלט איז ניט ווערט צו באנוצען זיך מיט גאלד, נאר סאיז באשאפען געווארען צו באנוצען זיך דערמיט פארן משכן און בית המקדש" -
יאדער רמז - מיין דערפון איז, אז ווען מען גיט זהב פאר ענינים פון תורה ומצות, בריינגט דאס אראפ זהב אין וועלט.
יבאזוי זאל אויך זיין צו יעדערן וואס גיבען תרומה אויף עניני צדקה, זאל צוקומען אין דער ברכה פון השי"ת אין דעם וואס מ'גיט און אין אלע זיינע ענינים בכלל.
יגבברכה לבשו"ט.