Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8424אגרות קודש· כרך כב· ח'תכד
אח'תכד
בב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב
גברוקלין, נ. י.
דצו אלע אנטיילנעמער אין יערלעכן דינער פון מוסד חינוך
האהלי תורה
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חעס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן אייער יערלעכע אונטערנעמונג.
טהשם יתברך זאל העלפן, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט הצלחה, מאטעריעל און גייסטיק.
יאזוי ווי דעי אונטערנעמונג קומט פאר געציילטע טעג נאך שבועות, זמן מתן תורתנו, האף איך עז אלע אנטיילנעמער און עסקים וועלן מיטברענגען מיט זיך צום דינער דעם רושם און גייסט פון דעם יום-טוב פון קבלת התורה, ספעציעל די נקודה וואס פארבינדט דעם יום-טוב מיט חינוך על טהרת הקדש. דערמיט ווערט געמיינט דאס וואס אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, האבן געזאגט, אז די תורה הק' איז ניט געגעבן געווארן ביז די אידן האבן געמאכט די קינדער אלס ערבות (גאראנטיע) אז די תורה וועט אויפגעהאלטן און אפגעהיט ווערן - בנינו ערבים בעדינו.
יאוויבאלד אז די אידן האבן זיך אונטערגענומען אט די גאראנטיע, און דער אויבערשטער האט די גאראנטיע אנגענומען, איז דאך קלאר אז די גאראנטיע איז א ממשות'דיקע און קען, און מוז, דורכגעפירט ווערן. מיט אנדערע ווערטער: אידן האבן די פולע און זיכערע מעגלעכקייט דורכצופירן אין לעבן די פליכט פון בנינו ערבים בעדינו - דורך תורה-חינוך על טהרת הקדש; מען דארף נאר וועלן מיט אן אמת.
יבדעריבער האף איך, אז אלע חשובע עסקנים, שטיצער און פריינט פון דעם מוסד חינוך אהלי תורה וועלן - אין גייסט פון דעם יום-טוב פון קבלת התורה - אויסניצן די געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג צו שאפן די נויטיקע הילף, ניט נאר צו אונטערשטיצן נאר אויך אויסברייטערן דעם מוסד חינוך אהלי תורה. בזכות זה וועט השם יתברך אויך אויסברייטערן זיין הילף צו יעדן איינעם און איינער, מיט זייערע בני-בית שיחיו, אין אלעס וואס זיי נויטיקן זיך, סיי מאטעריעל סיי גייסטיק, ווי עס איז פארזיכערט געווארן אין דער תורה - עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכי' מאושר.
יגבכבוד ובברכת הצלחה ובלשון הרב - הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר - לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות
ידמנחם שניאורסאהן
טוח'תכד
בנינו ערבים: שה"ש רבה עה"פ משכני אחריך נרוצה. מדרש תהלים עה"פ מפי עוללים ויונקים יסדת עוז (בשינוי לשון).
בנינו ערבים: שה"ש רבה עה"פ משכני אחריך נרוצה. מדרש תהלים עה"פ מפי עוללים ויונקים יסדת עוז (בשינוי לשון).
טזעץ חיים.. מאושר: ראה ג"כ זח"ג (נג, ב) ותורת רבנו הזקן ע"ז הובא ונתבאר בד"ה עץ חיים - שמח"ת תרצ"ט [סה"מ תרצ"ט ע' 68] - לכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.