Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8426אגרות קודש· כרך כב· ח'תכו
אח'תכו
בב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ב
גברוקלין, נ. י.
דצו די גראדואירנדע שילערינס פון בית-רבקה עלעמענטראר-
השולע מאנטרעאל,
וה' עליהן תחיינה
זברכה ושלום!
חאין ענטפער אויף אייער בקשה - אין צוזאמענהאנג מיט דער ערשטער גראדואירונג פון דער עלעמנטאר-שולע פון בית-רבקה אין מאנטרעאל - האט כ"ק אדמו"ר שליט"א באוויליקט צו שיקן אייך דעם בייגעלעגטן אויסצוג פאר אייער יאר-בוך.
טגלייכצייטיק האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט די אינערלעכע האפנונג, אז די גראדואירנדע שילערינס וועלן זיין שטענדיק באוואוסטזיניק וועגן זייער פליכט און פאראנטווארטלעכקייט אלס שילערינס פון בית-רבקה, ספעציעל אלס די ערשטע גראדואירט צו ווערן, צו דינען אלס א לעבעדיקער און אינספירירנדער מוסטער ווי אידישע טעכטער, טעכטער פון אונזערע מוטערס שרה רבקה רחל און לאה, דארפן זיך פירן אין טאג-טעגלעכן לעבן; א לעבן אין אמת'ן און פולן זין פון דעם ווארט, וואס דאס מיינט לעבן על פי תורה, תורת חיים, און אירע מצוות - וחי בהם.
יצוזאמען דערמיט שיקט אייך דער רבי שליט"א ברכתו הק' מצליח צו זיין אין דער פולסטער מאס, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יאבברכת מועדים לשמחה ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.
יבמזכיר
יגח'תכו
בייגעלעגטן אויסצוג: אגרת שלאח"ז.
בייגעלעגטן אויסצוג: אגרת שלאח"ז.