Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8458אגרות קודש· כרך כב· ח'תנח
אח'תנח
בב"ה, ד' תמוז, תשכ"ב
גברוקלין.
דליידיס אוקזליערי פון בית רבקה אין מאנטרעאל,
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זאיך בין געווען צופרידען צו באקומען דעם בריף פון ראש חדש תמוז מיט דער בייגעלייגטער רשימה, די נעמען פון די אלע באטייליגטע שתליט"א, און ראשי פרקים פון דער ארבעט לטובת בית רבקה.
חאון השי"ת זאל העלפען אז די ארבעט אייערע זאל בריינגען די ריכטיגע פירות, און אלס ערשטע ועיקר, אז די תלמידות תי' זאלען זיין ווי ערווארטעט פון יעדער אידישע טאכטער, וואס יעדערע פון זיין ווערט אנגערופען בת שרה רבקה רחל ולאה,
טדורכגענומען מיט חסידות'שער לעבעדיקייט און ליכטיקייט אין זייער טאג טעגליכען לעבען.
יואשרי חלקן פון די אלע וועלכע העלפען אין דעם.
יאאון השם יתברך זאל זיי בענטשן און געבען דאס אלעס וואס זיי נויטיגען זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,
יבאון בפרט אז מיר געפינען זיך אין די סגולה טעג, נאהענט צום חג הגאולה י"ב וי"ג תמוז, גאולת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל.
יגבברכה.