Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 22·Letter 8491אגרות קודש·כרך כב·ח'תצא

אח'תצא
בב"ה, ח' מנ"א, תשכ"ב
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג' שהוכפל בו כי טוב.
ובעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען.
זאין געוויס איז איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז א צוגאב אין ענינים פון תורה ומצות, בריינגט א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך, און ווי גוט מ'זאל ניט זיין אין דעם, קען מען דאך שטענדיג נאך צוגעבען.
חצו אייער שרייבען וועגען אדאפטירען א (אידיש) קינד, איז דאס אין זייער זעלטענע פאלען, וואס מ'ווייס דייטליך אז די עלטערן זיינען געווען אפגעהיט אין תורה ומצות, מערסטענס איז מען ניט זכיער אין דעם, איז דענסטמאל מער מעלה - געוואנשען - ווען די מוטער איז ניט קיין אידישע, וואס דורך מגייר זיין דעם קינד ווערען באזייטיגט אלע ספיקות און פראבלעמען.
טבברכה לבשורות טובות
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאמזכיר
יבנ. ב. געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.