Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8499אגרות קודש· כרך כב· ח'תצט
אח'תצט
בב"ה, כ"ב מנ"א, תשכ"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון יום א' פרשת ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה,
והשם יתברך זאל ממשיך זיין זיינע ברכות צו אייך און צו יעדערן פון דער פאמיליע שי' ברכה בטוב הנראה והנגלה, אזוי אז מיט שמחה וטוב לבב, אן קיינע ענינים המבלבלים זאל מען טאן ווי דער המשך פון פסוק, תשמעו אל מצות ה' אלקיכם, א הנהגה אין דעם טאג טעגליכען לעבען לויט אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און מקיים זיין אירע מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם.
זאון איינגעשלאסען אין דעם פארשטענדליך און פון די עיקרים אז דער לערנען מיט די תלמידים בחינוך על טהרת הקדש זאל זיין מיט א איבערגעגעבנהייט ומתוך שמחה.
חוואס אויב מעט אור דוחה הרבה חשך, געמיינט יעדער זאך וואס האלט אפ א אידן פון דינען השי"ת צוזאמען מיט זיינע בני בית, בשמחה ובטוב לבב, עאכו"כ אז אנשטאט מעט אור, איז דא הרבה אור, תורה אור, ומאור שבתורה, פנימיות התורה תורת החסידות, הנהגה באורח חסידותי ללמוד חסידות בעצמו ועם אחרים.
טאון עס זאל מקוים ווערן, דער שמחנו כימות עניתני, אז פון איצטער אן און ווייטער, אך טוב וחסד ושמחה זאל זיין בא יעדערן פון אייך און בא אלעמען צוזאמען.
יאון בפרט אז מיר דערנענטערן זיך צום חדש אלול, חדש הרחמים וואס וי רבנו הזקן זאגט, אז דענסטמאל איז הקב"ה מקבל כל אחד ואחת בסבר פנים יפות (לקו"ת ד"ה אני לדודי) און קומט אראפ עד למטה מעשרה טפחים.
יאבברכה לבשו"ט בכל האמור.
יבנ. ב. לשאלתו ע"ד הנהגה מיוחדת - צריכים לשמור שיעורי חת"ת בכל יום ובכל יום חול לפני תפלת הבקר וכן לפני תפלת המנחה להפריש פרוטות אחדות לצדקה, ועוד עיקר להיות חזק בבטחון בהשי"ת המשגיח על כאו"א בהשגחה פרטית שהוא עצם הטוב ומטבע הטוב להיטיב עד לטוב הנראה והנגלה.
יגח'תצט
מעט אור: תניא פי"ב.
מעט אור: תניא פי"ב.