Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8519אגרות קודש· כרך כב· ח'תקיט
אח'תקיט
בב"ה, כ"ה אלול, ה'תשכ"ב
גברוקלין, נ. י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זדער יאהר ה'תשכ"ב וועלכער קומט באלד צום שלוס, איז געווען א יאהר פון ערנסטע געשעענישן אין דער וועלט בכלל און אין דער אידישער וועלט בפרט:
חדי שרעק פאר דער מאכט פון די אטאמישע וואפען; די אנגעשטרענגקייט און צערודערונג פון די צווישען-פעלקער באציאונגען; דער וועלט געלויף אין פעלקער באוואפנונג א. ז. וו.
טאין דער אידישער לאגע ספעציעל - זיינען אידישע ישובים אין געוויסע טיילן פון דער וועלט ערנסט אויפגעטרייסלט געווארען.
יאזוי אויך בנוגע צום יחיד, ביז אין זיין טאג טעגליכען לעבן, איז חאטש עס האט זיך געמערקט א התעוררות (א דערוועקונג), דורשט און אומקערן זיך צו אונזערע אייביגע קוואלען פון אמונה פאראיינציגט מיט תורה ומצות - איז דאך אבער, ליידער (ניט אין סליחות טעג גערעדט) די געוואלטיגע שעת הכושר (גינסטיגע צייט) ניט אויסגענוצט געווארען אין דער געהעריגער מאס.
יא* * *
יבאין אנבליק פון דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דארף זיך יעדער איד שטעלן די פראגע: וואס קען איך טאן צו פארבעסערן און פארזיכערן די לאגע אין דעם קומענדיגען יאהר? וואס קען איך טאן פארן יחיד, פאר זיך, פאר כלל ישראל און פאר דער וועלט ארום?
יגאון ראש-השנה גיט דעם ענטפער; גיט אויך די מעגליכקייט:
ידראש-השנה, דער יום-המשפט פון דעם יחיד, פון דעם כלל און פון דער גאנצער וועלט - איז דער אריינפיר אין דעם נייעם יאהר, און דער ראש (קאפ) פון דעם אנקומענדען יאהר.
טודי נקודה פון ראש השנה איז הכתרה - פון דאס ניי קרוינען דעם אויבערשטן פאר א מלך - דורך מלכותו ברצון קבלו עליהם,
טזמיט א גרויסער שמחה, שטארקען ביטול און גרויסער יראה קרוינען און אויפנעמען דעם אויבערשטן אלס מלך, און אונטערווארפן זיך צו זיין ווילען.
יזיעדער איד ערפילט אין דעם טאג פון ראש השנה דעם אנזאג שתמליכוני עליכם - קרוינט מיך אלס קעניג איבער אייך - דעם אנזאג צו יעדן איינעם און איינער פון אונז.
יחפון דער הכתרה פון די יחידים, וואס יעדערער פון זיי איז דאך א בעשטאנד טייל פון כלל ישראל, ווערט די הכתרה פון דעם אויבערשטן אלס מלך ישראל וגואלו. די קבלת מלכותו פונם יחיד, בתוך כלל ישראל, ווירקט אויף דעם גאנצן ארום, אויף דער גאנצער וועלט, און עס ווערט ערפילט די בקשה: מלוך על כל העולם כולו (קיניג אויף דער גאנצער וועלט).
יטקבלת מלכותו דריקט זיך אויס, אין איינטשעלן די טאג-טעגלעכע אויפפירונג אין פולן איינקלאנג מיט דעם מלך'ס ווילן און זיינע געבאטן, וועלכע זיינען אונז געגעבען געווארען פון דעם אויבערשטען, דעם מלך חפץ בחיים (וואס וויל געבן אמת-ריכטיגן לעבן) אין דער תורה, תורת חיים, און די מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם.
כאזא אויפפירונג פארזיכערט א רוהיגן און גליקלעכן לעבן פאר דעם יחיד, פאר דעם כלל און פאר כל העולם כולו - גליקלאך סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות,
כאווארום אין דער אמת'ן - זיינען רוחניות און גשמיות ניט צוויי באזונדערע וועלטן,
כבשמע ישראל (אז א איד פארשטייט און דערהערט, אז) ה' (איז) אלקינו (סיי פון איינצעלנעם ישראל, סיי פון כלל ישראל. אז) ה' (איז) אחד (איינציג איבעראל און אומעטום - לעולם ועד) - בריינגט ער די איינציקייט קון אנטפלעקט איר אין כל העולם כולו און זעט אז ג-טליכקייט און רוחניות פירט אן מיט די גשמיות און א פארבעסערונג אין גייסטיקן לעבן ברענגט א פארבעסערונג אין מאטעריעלן לעבן.
כג* * *
כדדי פארבעסערונג אין גייסטיקן לעבן, אין דער ערפילונג פון די מצות המלך מוז קומען אין ביידע געביטן: מצות וועלכע זיינען בין אדם למקום און מצות וועלכע זיינען בין אדם לחבירו, און דאס ווערט אונטער-שטארכן אין דעם אויסגעשריי פון ראש-השנה: תשובה, תפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.
כהתשובה, דער פעסטער באשלוס אומקערן זיך צום מלך, מיט א חרטה גמורה אויפ'ן עבר און א קבלה טובה אויף להבא, סיי אין תפילה, אין דעם געביט פון בין אדם למקום, און סיי אין צדקה אין דעם געביט פון בין אדם לחבירו.
כודאס אלעס נעמט אראפ את רוע הגזירה
כזאון בריינגט פאר'ן יחיד, פאר'ן כלל און פאר כל העולם כולו
כחא כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
כטבברכת כתיבה וחתימה טובה בטוב הנראה והנגלה
למנחם שניאורסאהן
לאח'תקיט
כללי. נדפס בלקו"ש ח"ט ע' 431. אודות אגרת זו ראה גם "תורת מנחם - אגרות מלך" ח"א ע' 59.
כללי. נדפס בלקו"ש ח"ט ע' 431. אודות אגרת זו ראה גם "תורת מנחם - אגרות מלך" ח"א ע' 59.
לבכ"ה אלול: נברא העולם (ויק"ר רפכ"ט. פדר"א פ"ח. ראה ר"ן ר"ה טז, א). ההמשכה על כל השנה שביום כ"ה באלול ומעלתו - נתבאר בד"ה יו"ט שר"ה תרל"ב.
לגא התעוררות: להעיר מאמר הבעש"ט ז"ל על הב"ק שמכרזת (לקו"ת שלח מן, סע"ב).
לדניט אויסגענוצט: ראהל קו"ת ויקרא רד"ה אדם כי יקריב.
להגעהעריגער מאס: ראה כתובות סז, רע"א.
לופאר דער וועלט: כתוכן כמה בקשות דר"ה ועד לתפלה וידע כל פעול (שבעולם העשי' - סי' האריז"ל) כו'.
לזיום המשפט.. פון דער גאנצער וועלט: כל באי עולם (ר"ה פ"א מ"ב. ז"ח ר"פ נח).
לחדער ראש: ראה עטרת ראש בתחלתו.
לטאיז הכתרה.. מיט א גרויסער: ד"ה יו"ט שר"ה, תש"ג.
מדעם אנזאג: ר"ה טז, א.
מאווירקט.. אויף דער גאנצער וועלט: ראה פדר"א פי"א: אמר להם כו' ונמליך עלינו כו'.
מבקבלת מלכותו: ראה ג"כ קונטרס התפלה פט"ו.
מגבחיים.. ריכטיגן לעבן: ראה מחצה"ש לשו"ע או"ח סקתפ"ב סק"ד.
מדשמע ישראל.. אחד: מלכות דברי ר' יוסי (ר"ה לב, ב. ונתבאר בהמשך וכהה תרל"ז פ"פ) .
מהאחד.. אומעטום: ראה שו"ע רבנו הזקן סס"א ס"ו.
מודי איינציקייט.. אין כל: ראה אגה"ק ס"ט.
מזתפילה.. למקום: עייג"כ אור תורה להה"מ בסופו ד"ה אל תעש.. לפני המקום.