Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8538אגרות קודש· כרך כב· ח'תקלח
אח'תקלח
בב"ה, ג' מ"ח, תשכ"ג
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון א' חשון, און צום שלוס פון בריף וואס איר שרייבט וועגען אייער זון שי'.
וזיכער וועט איר שרייבען זיין אדרעס וועט מען נאך אמאל פרובירען דורך רבני אנ"ש פון שיקאגא, אויב ער איז נאך דארטען פראן.
זאון חאטש תפלה וברכה העלפען דאך דארף א איד טאן אויך דאס וואס עס ווענדעט זיך אן עם בדרך הטבע.
חאון אזוי ווי אייער בריף איז געשריבען אויף צומארגענס פון חדש תשרי, חדש המושבע בכל טוב, און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט אז דער חדש איז א חדש כללי לכל השנה מיינט דאס עס זאל ווערן מקוים דער מושבע בכל טוב אויך אין אייערע ענינים און אויך אויף א גאנץ יאר.
טבברכה לבשו"ט בכל האמור.
ינ. ב. צו אייער פראגע, וואס איז די כוונה, פון דעם איין שרייבען "מחשבות בלתי רצויות וועלכע נעמען זיך פון מרה שחורה".
יאאיז דער ענין כפשוטו, און ס'איז פארבונדען מיט דעם וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געשריבען אין דעם ענין פון בעל כרחך אתה חי, און דאס מיינט דער אלגעמיינער שטעל, פון ניט בשמחה וטוב לבב, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס יעדער איד הויבט אן דעם טאג מיט ברכות השחר וואס דער אנהויב איז מודה אני לפניך און באלד נאך דעם מערערע מאל ברוך אתה, וואס דאס ווייזט אז ס'דארף זיין ברכה און ס'איז דא אויף וואס צו זיין מודים, און אויך בפרט אין דעם שטארקען זיך אין בטחון אין דעם אויפטאן מיט אייער זון שי'.
יבח'תקלח
חדש כללי: ראה גם לעיל אגרת ח'רכד, ובהנסמן בהערות שם.
חדש כללי: ראה גם לעיל אגרת ח'רכד, ובהנסמן בהערות שם.
יגכ"ק.. געשריבען: אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ ח"ה אגרת א'תצג. וראה גם לעיל ח"ד אגרת תתקפח.