Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8542אגרות קודש· כרך כב· ח'תקמב
אח'תקמב
בב"ה, יו"ד מ"ח, תשכ"ג
גברוקלין.
דליידיס אוקזילערי פון "בית רבקה" אין מאנטרעאל
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף וועגען דעם ערשטען מיטינג פון דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה.
חאון השם יתברך זאל העלפען דאס זאל זיין א גוטער אנהויב און מיט הצלחה פאר דעם וואהלזיין פון דעם מוסד און זיין ענטוויקלונג,
טוואס אויב שטענדיג איז דער חינוך הבנות על טהרת הקדש, געוען נויטיג און וויכטיג, איז דאס פיל פאכיגער און מער אין אונזער תקופה, וואס דער מוסד איז דער זיכערסטער וועג צו געבען די תלמידות דעם ריכטיגען פארשטאנד און
ישטאנדהאפטיקייט אין זייער טאג טעגליכער אויפפירונג היינט און וואס נאר מער אחריות'דיקער אין דער צוקונפט, די איינשטעלונג פון זייערע היימען אויף די יסודות פון תורה ומצוה.
יאאון מדתו של הקב"ה איז דאך מדה כנגד מדה בתוספת מרובה על העיקר, אז די אלע איינטיילנעמער און מיטהעלעפר אין דער אויפהאלטונג פון דעם מוסד, זאלן געבענטשט ווערען מיט אמת'ן נחת וואס דאס'ז אידישער און חסידות'שער נחת פון זייערע קינדער און קינדס קינדער שי'.
יבבברכה לבשו"ט.
יגח'תקמב
מדתו: פס"ז שמות ג, ו.
מדתו: פס"ז שמות ג, ו.