Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 22·Letter 8547אגרות קודש·כרך כב·ח'תקמז

אח'תקמז
בב"ה, כ"ד מ"ח, תשכ"ג
גברוקלין, נ. י.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ט חשון וועגען אייער געזונט צושטאנד און די מיינונג פון די דאקטוירים.
ובכלל פון די צוויי אופנים, וואס איר שרייבט נתוח אדער ראדיום חשמל (געמיינט הקרנות) דארפמען נוטה זיין מער צו דעם ערשטן אופן. פארשטענדליך מיט דער צושטימונג פון א רב מורה הוראה. ווארום אין הקרנות, איז ניט שטענדיג קען מען זאגען פאראויס דעם אויסגאנג און ניט שטענדיג איז מען זיכער, אז מ'האט באווארענט וואס מ'וויל באווארענען.
זאון ווי מ'פירט זיך אין אזעלכע פאלען, דארפמען האבען די החלטה אין דעם פון צוויי דאקטוירים ספעציאליסטען אויף דעם געביט, אין צוגאב צו דעם הסכם פון דעם רב ווי אויבען געזאגט. און השם יתברך זאל אייך פירען ווי גוט איז פאר אייך אין אלע הינזיכטען.
חגעוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע פרויען צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.
טבברכה לבשו"ט בכל האמור.
יח'תקמז
אייער געזונט צושטאנד: מיחושים בעת הווסת.