Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8569אגרות קודש· כרך כב· ח'תקסט
אח'תקסט
בב"ה, ג' טבת, ה'תשכ"ג
גברוקלין, נ. י.
דלכבוד מר בן ציון שי' גולדברג
השלום וברכה!
ואיך דאנק אייך פאר אייער בריוו פון 8'טן דעצעמבער, מיט דאס בייגעלעגטע, וואס ס'איז איבערגעגעבן געווארן אין סעקרעטאריאט צו טאן דערביי אין איינקלאנג מיט אייער בריוו.
זבא דער געלעגנהייט וויל איך אויסדריקן צו אייך א הארציקן יישר-כח פאר דעם ווארימען גרוס פון כפר חב"ד און פון דער דרוקעריי דארט, וואס איר האט בשעתו איבערגעגעבן אין אייער קאלום, און ווידעראמאל אין דעם בריוו צו אייער קארעספאנדענט, ווי איך זע פון דער קאפיע.
חעס וועט אייך זיכער פרייען צו הערן, אז פאר דער צייט האבן זיך די מוסדות אין כפר חב"ד ווייטער אנטוויקלט און זיינען געוואקסן און האבן פארגרעסערט זייער קליטה, כאטש די אויפנאמספייאיקייט איז נאך ווייט ניט אין איינקלאנג מיט די פאדערונגען און אומשטענדן פון דער איצטיקער צייט. צוגלייך דערמיט איז נאטירלעך געוואקסן די הילפס נויטווענדיקייט, נאך מער ויי פריער.
טאזוי ווי מיר האבן ניט לאנג צוריק געפייערט י"ט כסלו, די באפרייאונג פון דעם אלטן רבי'ן בעל התניא והשו"ע, און כ"ד טבת וועט ווערן 150 יאר זינט זיין הסתלקות, האף איך אז די חב"ד באוועגונג און תורת חב"ד, ווי אויך די מוסדות חב"ד און כפר חב"ד בפרט, וועלט געפינען א ברייטן אפקלאנג אין דער פרעסע און ארויסרופן א פאסנדע התעוררות און האפנטלעך אויך אלאנג-דויערנדע.
יבכבוד ובברכה.