Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 22· Letter 8581אגרות קודש· כרך כב· ח'תקפא
אח'תקפא
בב"ה,יום ד' פ' ומשה הי' רועה, ה'תשכ"ג
גברוקלין, נ. י.
דצו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון מרכז
ההישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדי יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש קומט היי-יאהר פאר אין דעם סגולה טאג פון כ"ד טבת, דער יארצייט-הילולא פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד-ליובאוויטשער באוועגונג, שיטה און לעבנס-וועג.
טפון ספעציעלער באדייטונג איז אויך דאס וואס אין דעם טאג ווערט 150 יאהר פון זיין הסתלקות, און דאס וואס די קביעות (די צייט-איינשטעלונג), סיי בנוגע דעם טאג פון דער וואך, סיי בנוגע דער סדרה פון דער וואך, איז גענוי די זעלבע ווי אין דעם טאג פון דער הסתלקות.
יעס איז דעריבער זיכער צו האפן, אז אלע אנטיילנעמער אין דעם צוזאמענקונפט וועלן זיך פאראייניגען מיט דעם גייסט פון דעם בעל-ההילולא, און דאס וועט זיך אויסדריקן אויך אין דעם געהעריגן אפרוף - פון יעדערן פון זיי - אויף דעם רוף פון דער ישיבה, און דורכדעם דערגרייכן דעם מאקסימאלסטען דערפאלג פון דער אונטערנעמונג, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות (פינאנציעל).
יא* * *
יבאיינע פון די לעצטע שריפטן וואס דער אלטער רבי האט געשריבן קורץ פאר זיין הסתלקות, און מעגליך גאר די לעצטע (באוואוסט מיטן נאמען - לויט איר אנפאנג - נפש השפלה) - איז איר אינהאלט וועגן דער אויפגאבע און עיקר עבודה פון א אידן אין די איצטיגע דורות, צו לערנען און פארשפרייטן תורה און צו טאן אין גמילות-חסדים און צדקה מיט קירוב-הדעת (צווישנזייטיגע דערנעענטערונג פון אידן), אויפנעמען אלץ באהבה ולשוב עד ה' (קען און אומקערן זיך צום אויבערשטן).
יגאט די דריי זאכן: לערנען און פארשפרייטן תורה, גמילות חסדים ולשוב עד ה', דארפן דאך זיין באגרינדעט און אויך שפיגלען זיי אפ די דריי אהבות: אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל, וואס דאס זיינען די יסודות פון דעם חינוך אין די ליובאוויטשער ישיבות:
ידלערנען תורה צוזאמען מיט הפצת התורה: ללמוד וללמד.. באהבה - אליין לערנען און לערנען אויך מיט אנדערע און ביידעס באהבה.
טוגמילות-חסדים (צדקה) פון די תלמידים און מחונכים פון די ליובאוויטשער ישיבות וועלכע דריקן זיך אויס ספעציעל אין זייער גרייטקייט און מסירות-נפש צו פארשטארקן און פארשפרייטן אידישקייט ביז אין די פארווארפנסטע ווינקעלעך פון דער וועלט.
טזולשוב עד ה' - עבודת התפלה, ווייזן ווי צו דאוונען און "לערנען" דאוונען, אנטפלעקן און פארשטארקן דעם פארבונד פון א אידישער הארץ מיט'ן אויבערשטען.
יז* * *
יחדי עסקנים, פריינט און שטיצער פון די תומכי תמימים ישיבות - אין צוגאב צו זייערע פערזענלעכע פליכטן אין די אלע דריי געביטן - האבן דעם גרויסן זכות, וואס זיי קויפן זיך איין א חלק אין די אויפטואונגען פון די ישיבות אין דעם, דורך זייער טאן פאר דער פארשטארקונג און פארברייטערונג פון די ישיבות - מיט זייער געלט, צייט און מי אויף צוציען אויך זייערע פריינט און בעקאנטע צו דעם אלעם.
יט* * *
כדער אלטער רבי, דער בעל-ההילולא, האט געזאגט: "דער אויבערשטער גיט אונז גשמיות, מיר זאלן דערפון מאכן רוחניות".
כאיהי רצון אז דער אויבערשטער זאל מיט זיין ברייטער האנד געבן יעדן איינעם, בתוך כלל ישראל, אלעס אין וואס ער נויטיגט זיך, און יעדער איינער זאל מאכן פון זיינע גשמיות - רוחניות, דורך אמת'ע אידישקייט, תורה ומצות בכלל, דורך טאן אין כשר'ן חינוך בפרט - אין דעם, ווי אויבן געשריבן, הלעפן די ליובאוויטשער ישיבות באפרייען זיך פון דעם לאסט פון די חובות, און פארברייטערן זייער ארבעט לויט דער אלץ וואקסענדער נויטיקייט און פאדערונג פאר דעם.
כבבכבוד ובברכת הצלחה בכל האמור
כגמנחם שניאורסאהן
כדח'תקפא
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 194 והוגהה עפ"י צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 194 והוגהה עפ"י צילום האגרת.
כהנדפס: אג"ק שלו ח"א אגרת סה.
כודער אלטער רבי: ראה גם לעיל חכ"א אגרת ז'תתקיז. ח"כ - ז' תקסו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'תרד.
כזפ' ומשה הי': די פרשה פון דער סדרה וואס געהערט צו דעם טאג - יום ד' - לויט דעם אלטן רבי'ס תקנה אז אלע טאג זאל מען לערנען א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער וואך סדרה (קונ' ביקור שיקאגא בתחילתו [סה"ש תש"ב ע' 27]).
כחומשה הי' רועה: (השייכות ל(יום ההילולא של) רבינו הזקן כי) בכל דור ודור יורדין ניצוצין מנשמת משרע"ה ומתלבשין בגוף ונפש של חכמי הדור עיני העדה ללמד דעת את העם ולידע גדולת ה' ולעבדו בלב ונפש (תניא פמ"ב).
כטדער יארצייט הילולא: יום זכאי וסגולה כמובן מהדגשת רבנו הזקן "צריך לאודועי שביום פטירת רבנו הגדול המגיד הילולא רבא בו ביום יצאתי לחפשי" (בית רבי ח"א פי"ח [אג"ק אדה"ז ח"א אגרת לח)].
לדי קביעות: מוצאי ש"ק דשמות כ"ג אור לכ"ד טבת.
לאדי סדרה פון דער וואך: ואמר רבנו הזקן: מען בעדארף לעבן מיט דער פרשת השבוע (קונ' ביקור שיקאגא ע' ז [סה"ש תש"ב ע' 30]).
לבנפש השפלה: נדפס בלקוטי דבורים (ח"ד ע' תקצז).
לגדריי אהבות: און רבנו הזקן האט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער קען דארף און מוז בריינגען אט די ג' אהבות אין א בפועל (לקו"ד ח"ג ע' תתרכח).
לדולשוב עד ה' - עבודת התפלה: ראה לקו"ת במדבר (יג, ד).
לההאג געזאגט: הועתק ב"היום יום" כ"ז טבת.