Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 22·Letter 8636אגרות קודש·כרך כב·ח'תרלו

אח'תרלו
בב"ה, אסרו חג השבועות, תשכ"ג
גברוקלין, נ. י.
דשנת הק"נ להסתלקות רבינו הזקן
הצו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ. י.
וקאמיטע פאר דעם סמינאר למורות ובית ספר מקצועי
זלבנות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו
חה' עליהן תחיינה
טברכה ושלום!
יקומענדיג פון דעם יום-טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, וועט יעדע פון די באטייליגטע זיכער געדיינקען דעם גרויסן זכות פון די אידישע פרויען, וואס זייער צושטימונג האט זיך געפאדערט נאך פאר דער צושטימונג פון די מענער, כדי מקבל צו זיין די תורה ביים בארג סיני.
יאדער דאזיגער זכות, זעלבסטפארשטענדלעך, לעגט ארויף א ספעציעלע אחריות אויף אידישע פרויען צו טאן אלץ וואס עס הענגט אפ פון זיי צו פארשטארקען און פארשפרייטען תורה און מצוות, ניט נאר בא זיך אין דער היים, נאר אויך אויסערהאלב דער היים; און צו אלעם ערשטן - צו פארשטארקן דעם חינוך על טהרת הקדש, וואס דאס איז דער יסוד פון קיום התורה והמצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.
יבדי ארבעט פון אייער קאמיטע איז דירעקט פארבונדן מיט דער אויבנדערמאנטער אחריות און זכות. איך וויל האפן, אז איר וועט זיך איבערגעבן צו דער ארבעט מיט א שטייגענדער צוגעבונדענקייט, סיי אליין, סיי אריינציענדיג נייע פריינט און שטיצער, און דאס וועט געטאן ווערן מיט שמחה און באגייסטערונג.
יגהשם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין דער הייליגער ארבעט, וואס איז אויך א צנור וכלי צו געניסן דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ידבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
טוח'תרלו
אידישע פרויען.. צושטימונג: מכילתא ופרש"י יתרו יט, ג.