Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 22·Letter 8638אגרות קודש·כרך כב·ח'תרלח

אח'תרלח
בב"ה, י"ב סיון, תשכ"ג
גברוקלין, נ. י.
ד- שנת המאה וחמשים להסתלקות רבנו הזקן-
הצו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת
ו"אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק,
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טדערמיט שיק איך מיין הארציגע ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון דער ישיבה "אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק, מיט מיין אינערלעכן וואונש, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה.
יקומענדיג ערשט פון דעם יום-טוב פון מתן-תורה, וועט יעדער איינער און איינע זיכער מיטברענגען מיט זיך פון דער באגייסטערונג פון קבלת התורה, און אויסדריקן די באגייסטערונג אין א פראקטישן אופן - אויך דורך שטיצן די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק לויט די בעסטע און פולסטע מעגלעכקייטן.
יאדאס מיינט - ניט בלויז א פרייוויליגע ביישטייערונג, נאר א פערזענלעכע התחייבות וואס אלע דערוואקסענע אידן האבן גענומען אויף זיך ביים מעמד הר סיני, ווען מיר אלע האבן אנגעגעבן אונזערע קינדער אלס פארזיכערונג (בנינו ערבים בעדינו), אז די תורה און מצוות וועלן ניט פארנאכלעסיקט ווערן, ח"ו. אין דעם זכות פון די קינדער האבן אויך די דערוואקסענע - דאס גאנצע אידישע פאלק - באקומען די תורה.
יבאין אלע צייטן, און בפרט אין דער איצטיגער צייט, איז די פליכט פון יעדער איינעם און איינער צו שטיצן די מוסדות התורה על טהרת הקדש, און די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק - וואס האט זיך קונה שם געווען אלס ויכטיגע תורה-פעסטונג, האט זיכער פארדינט די פולסטע אונטערשטיצונג.
יגהשם יתברך זאל באגליקן אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער און אלע שטיצער און פריינט פון דער ישיבה "אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק אין אלעס אין וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ידבברכה להצלחה ולבשורות טובות
טומ. שניאורסאהן
טזח'תרלח
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 431 והוגהה עפ"י צילום האגרת.
יזבנינו ערבים בעדנו: שהש"ר פ"א, ד.