Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8691אגרות קודש· כרך כג· ח'תרצא
אח'תרצא
בב"ה, יום ה' לפ' שכרך הרבה מאד, תשכ"ד
גברוקלין, נ.י.
דאל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה
הומצוה
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חווי אין פריערדיגע יארן, איז אויך הייאר - און צוואר היינט אוונט - פארגעקומען א צוזאמענטרעפונג פון עסקני הישיבה אלס התחלה און אריינפיר צו דער פארשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג פאר מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, כ"ב כסלו הבע"ל. בא דער געלעגנהייט האב איך זיך אפגעשטעלט אויף דער פרשת השבוע, אין אייננקלאנג מיט דעם ווארט פון דעם אלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך - וואס הייאר איז געווארן 150 יאר זינט זיין הסתלקות - אז "א איד דארף לעבן מיט דער צייט", דאס הייסט, לויט די אנווייזונגען פון דער פרשת השבוע. איינע פון די נקודות וועלכע זיינען בארירט געווארן, וויל איך דא אונטערשטרייכן, און דאס איז:
טבשעת דער אויבערשטער האט געזאגט צו אברהם אבינו שכרך הרבה מאד - "דיין באלוינונג איז זייער גרויס", האט אברהם אבינו געענטפערט, אז ווי קען ער אויפנעמען דעם שכר, אויב ער איז קינדערלאז, און זיין יורש איז אליעזר? דערביי האט אברהם אבינו שטארק געלויבט אליעזר'ן אלס דער וועלכער איז דער פארוואלטער פון זיין הויז, וואס האט אנגעפירט זיינע מלחמות און האט פארשפרייט זיין (אברהם'ס) תורה, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה באמערקן אויף די ווערטער "בן משק ביתי גו'".
ילכאורה איז ניט פארשטענדלעך פארוואס אברהם אבינו, אויסדריקנדיג זיין ניט-צופרידנקייט דערמיט וואס זיין קנעכט אליעזר וועט זיין זיין יורש, האט ער אים פונדעסטוועגן אזוי שטארק געלויבט דערביי. דאס דערקלערט זיך אבער דערמיט, וואס כאטש אליעזר האט טאקע געהאט זייער גרויסע מעלות, האט אברהם אבינו געוואלט אז זיין יורש זאל זיין דווקא זיינער אן אייגענער זון; אנדערש קען דער המשך - די פארזעצונג און פאראייביקונג פון אלץ וואס אברהם האט מיט זיך פארגעשטעלט - ניט זיין געזיכערט.
יאדערמיט ווערט אונטערגעשטראכן, אז דער אמת'ער שכר פון א מענטשן איז ווען אלע זיינע דערגרייכונגען און אויפטואונגען אין זיין לעבן גייען אריבער און ווערן פארגעזעצט דורך זיינע קינדער און אייניקלעך; בלויז דאן ווערן די אלע דערגרייכונגען פארפאלקאמט און האבן אן אמת'ע און דויערנדע ווערט.
יבעס איז די הייליגע פליכט פון יעדן אידן און יעדער אידישער פרוי צו זארגן דערפאר, אז די גרויסע גייסטיגע ירושה פון אברהם אבינו זאל אריבערגיין און פארגעזעצט ווערן דורך די אידישע קינדער. יעדן טאג, אין דער פרי ביים אנהויבס טאג און באנאכט ביים שלוס פון דעם טאג, זאגן מיר אין קריאת שמע - ושננתם לבניך. דאס הייסט, אז אנהויבנדיק דעם טאג דארף א איד געדיינקען דעם ג-טלעכן באפעל צו זארגן פאר דעם חינוך על טהרת הקדש פון די קינדער און תלמידים (ספרי, ואתחנן), און נאכן פארענדיגען דעם טאג דארף מען זיך ערשט אפגעבן א דין-וחשבון ווי מען האט די דאזיגע פליכט דערפילט.
יגבלויז געציילטע וואכן זיינען געבליבן צום יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש. עס איז שוין ב"ה פיל פיל יארן ווי די ליובאוויטשער ישיבות און ליובאוויטשער תלמידים דערפילן דעם ושננתם לבניך מיט גרויס מסירות נפש אין אלע טיילן פון דער וועלט. עס איז צו האפן, אז די עסקני הישיבה וחובבי תורה ומצוה בכלל וועלן אויך ארויסווייזן מסירות נפש, וואס אין דעם פאל מיינט עס בלויז מסירות הרצון, דעם גוטן ווילן צו אויסניצן די דאזיגע געציילטע וואכן און פארשטארקן זייערע באמיאונגען פאר דער פארשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג, וואס איז איינע פון די הויפט שטיץ-זיילען פון דער צענטראלער ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש.
ידבזכות זה וועט יעדער איינער און איינע פון די טוער און שטיעצער זוכה זיין אז עס זאל מקויים ווערן די ג-טלעכע הבטחה שכרך הרבה מאד, און אין דער עיקרדיגער נקודה דערפון - צו האבן אמת-אידישע נחת פון די אייגענע קינדער און אייניקלעך שיחיו, לאורך ימים ושנים טובות בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טובכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות
טזמנחם שניאורסאהן
יזח'תרצא
יחחלקה נדפס בלקו"ש ח"י ע' 201 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
יטחכמים.. באמערקן: יומא כח, ב.
כמסירות נפש.. מסירות הרצון: ראה תורה אור מקץ לו, ב.