Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8707אגרות קודש· כרך כג· ח'תשז
אח'תשז
בב"ה, יום ו' ערש"ק לסדר בית אלקים וזה שער השמים, תשכ"ד
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע אנטיילנעמער אין דער חגיגה פון
ההנחת אבן היסוד
ווחנוכת בית הכנסת החדש דק"ק בית
זהכנסת דחסידים
חביוהנסבורג,
טה' עליהם יחיו
ישלום וברכה!
יאעס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דער פארשטייענדער פייערונג, ביום א', ט"ו כסלו, הבע"ל. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און אז די נייע שול זאל דינען סיי אלס בית-כנסת און סיי אלס בית-מדרש - וואו קדושה און באגייסטערונג קומען צום פולן אויסדרוק, סיי אין דאוונען מיט חסידישער ווארעמקייט און לעבעדיקייט, סיי אין לערנען תורה, נגלה און חסידות, און צו אלעם ערשטן די הלכות און דינים וועלכע זיינען נוגע דעם טאג-טעגלעכן לעבן, אין איינקלאנג מיט דעם גרונט-פרינציפ פון חכמינו ז"ל, אז דער עיקר איז דער קיום המצוות בפועל.
יבאלעמען איז זיכער באוואוסט, אז דער אלטער רבי בעל התניא והשלחן-ערוך און גרינדער פון חב"ד - וואס היי-יאר איז געווארן 150 יאר זינט זיין הסתלקות, און וואס די חגיגה פון אייער שול קומט פאר נאענט צו זיין יום-הגאולה, י"ט כסלו - האט זייער פיל כוחות געלעגט איינצושטעלן, אז די שול - בית כנסת ובית מדרש צוזאמען - זאל שטיין אויף דער נויטיגער הויך אין אלע הינזיכטן: בנוגע קדושת בית הכנסת, נוסח התפלה, שיעורי-לימוד ברבים, וכו'. אין אלע דורות, און ספעציעל אין אונזער צייט, איז די שול על-טהרת-הקדש דער יסוד היסודות פאר קיום התורה והמצוות פארן כלל און פארן פרט.
יגהשם יתברך זאל געבן, אז עס זאל מקויים ווערן, אז די נייע שול זאל זיין, ווי אויבנדערמאנט, "בית אלקים וזה שער השמים" אין אלע הינזיכטן.
ידאיך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע חברי ומתפללי בית הכנסת דחסידים, און צו די פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער גרויסער שמחה של מצוה. דער אויבערשטער זאל אלעמען באגליקן, הם ובני ביתם שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טואון אין אנבליק פון דעם יום הגאולה י"ט כסלו הבע"ל - וואס איז אויך פארבונדן מיט דער גאולה און גייסטיגער דערלייזונג פון יעדן איינעם און איינער פון אונז (גאולתנו ופדות נפשנו) - זאל השי"ת שיקן יעדן איינעם און איינער, בתוככי כלל ישראל, א דערלייזונג פון אלע שוועריקייטן און שטערונגען, צו קענען דינען דעם אויבערשטן בשמחה ובטוב לבב, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו דער גאולה השלימה והאמתית על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
טזבכבוד ובברכה.
יזח'תשז
גרונט-פרינציפ פון חכמינו: אבות פ"א מי"ז.
גרונט-פרינציפ פון חכמינו: אבות פ"א מי"ז.