Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 23·Letter 8711אגרות קודש·כרך כג·ח'תשיא

אח'תשיא
בב"ה, ט"ו כסלו, תשכ"ד
גברוקלין
דשלום וברכה!
הנאך א ליינגערן איבעררייס איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון /28;11amp& מיט דאס בייגעלייגטע און אויך דער פ"נ.
ואון בעת רצון וועט מדען מזכיר זיין אייך און אייער פרוי תחי', אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, ויהי רצון אזוי ווי איר האט געבראכט די בקשה, זאלט איר אויך קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.
זאיך האף אז יעדער פון אייך און ביידע צוזאמען וועלען זיך אריינטראכטען, אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, און אייער בריף איז געשריבען געווארען אין חדש כסלו חדש הנסים והגאולה, און מיר געפינען זיך געציילטע טעג פאר י"ט כסלו, גאולת רבנו הזקן וועלכעס איז אויך גאולתנו ופדות נפשנו, און דער פ"נ וועט געלייענט ווערן - בל"נ - אין דעם חדש כסלו חדש הנסים והשמחה און ליכטיגער חדש, ווי אנגעצייכענט [אין] די מצוה און ענין פון נרות חנוכה - מיט וועלכע עס שליסט זיך אפ דער חדש כסלו, וועלכעס דייטעט אן צו באלייכטען דעם לעבען פון א אידען מיט נר מצוה ותורה אור.
חאון אריינטראכטענדיק זיך אין דאס אויבען געשריבענע איין מאל און מערערע מאל, ביז דאס זאל איינגעקריצט ווערען אין זכרון וועט דאס בריינגען צום אויספיר בסגנון נעים זמירות ישראל בשם כל ישראל, ה' לי לא אירא, ה' רועי לא אחסר, וויבאלד אז השם יתברך גיט אכטונג אויף יעדערן, דארף דאך ניט פעלען אין דעם אלעס וואס מ'נויטיגט זיך, און זיין בשמחה וטוב לבב וואס מ'האט זוכה געווען צו זיין ווי עס שטייט, בנים אתם לה' אלקיכם,
טאון מיר געפינען זיך דאך אויך בשנת המאה וחמשים להסתלקות הילולא של רבנו הזקן, און דער זכות הצדקה זאל אויך ביישטיין אייך אין דעם אלעס אויבען געזאגטע.
יבברכה לבשו"ט ולי"ט כסלו וחנוכה שמח.