Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8763אגרות קודש· כרך כג· ח'תשסג
אח'תשסג
בב"ה, ט"ז שבט תשכ"ד
גברוקלין.
דמרת בענדער תחי'
הברכה ושלום!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון /28;1amp& מיט דאס בייגעלייגטע.
זבעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, און השם יתברך זאל אייך העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם,
חאון בפרט אז מיר קומען דאך פון דעם טאג ט"ו בשבט, וועלכער רופט זיך ראש השנה לאילנות (דער אנהויב יאר פאר ביימער) און ס'איז דא א שטארקע ענליכקייט פון מענשן צו ביימער, איז דעריבער דאס אריינטראכטען זיך אין דעם אנפאנג יאר פון ביימער, דארף בריינגען צו וואקסען און שטייגען אין אידישקייט, און זעהן עס זאל זיין גוטע פירות, און ווי חכמנו ז"ל ערקלערן ס'זאל זיין גוטע מעשים מקיים זיין מצות, און אויך אין א וועג וואקסען אין דעם און צוגעבען אין דעם.
טאון דער זכות הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם.
יבברכה צו גוטע בשורות.
יאח'תשסג
מרת בענדר: ניו הייווען.
מרת בענדר: ניו הייווען.
יבווי חכמנו: סוטה מו, סע"א.