Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8787אגרות קודש· כרך כג· ח'תשפז
אח'תשפז*
בב"ה, ח"י אדר, תשכ"ד
גברוקלין, נ.י.
דהתלמידים... ישיבת ליובאוויטש, טורונטו
השלום וברכה!
ועס האט מיר געפרייט צו באקומען אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט וועגן די פארשידענע סיומים וואס איר מאכט.
זזיכער איז איבעריג מדגיש צו זיין פאר אייך, אז בא אידן איז [א] סיום מער ניט כדי אריבערצוגיין אויף א העכערע מדריגה, אזוי אז א סיום איז באמת א התחלה צו דערגרייכן ווייטער און העכער.
חהשם יתברך זאל אייך מצליח זיין איר זאלט לערנען בהתמדה ושקידה לימוד המביא לידי מעשה - קיום המצוות בהידור, און איר זאלט זיין א קוואל פון אמת-אידישע און חסידישע נחת פאר אייערע עלטערן און לערערס, דאס איז אייגנלטעך בא אייך אין די הענט, ווי חכמינו ז"ל האבן געזאגט יגעת ומצאת: מען דארף נאר וועלן.
טאיך האף אז איר האט געהאט א גוטן און פריילעכן פורים און האט מקיים געווען אלע ענינים פון פורים. בפרט אז אידישע קינדער האבן געהאט גאר א גרויסן חלק אין דעם נס פון פורים, ווי חכמינו ז"ל דערציילן, אז ווען מרדכי האו צוזאמענגעקליבן טויזנטער אידישע קינדער און האט מיט זיי געלערנט תורה ביז מסירות נפש - דאן איז בטל געווארן די גזירה, וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.
ידער אויבערשטער זאל העלפן, אז בא אייך בתוך כלל ישראל זאל מקויים ווערן "כן תהי' לנו".
יאבברכה להצלחה ולבשורות טובות,
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגניסן מינדל
ידמזכיר
טוח'תשפז*
לימוד.. מעשה: קידושין מ, ב.
לימוד.. מעשה: קידושין מ, ב.
טזחכמינו.. געזאגט: מגילה ו, ב.
יזאידישע קינדער.. פורים: אסת"ר פ"ט, ג (ד).