Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8800אגרות קודש· כרך כג· ח'תת
אח'תת
בב"ה, יא ניסן ה'תשכ"ד
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זיעדער יום-טוב האט זיין אייגנארטיקן אינהאלט און זיינע ספעציעלע אנווייזונגען, וועלכע דארפן קומען צום אויסדרוק ניט נאר אין די טעג ווען דער יום טוב ווערט געפייערט, נאר אין אלע טעג פון א גאנץ יאהר.
חדי אפלערנונג פון יעדן יום טוב איז א צווייפאכיקע: אין דעם קו (ריכטונג) פון ועשה טוב - וואס מען דארף טאן; און אין דעם קו פון סור מרע - וואס מען דארף אויסמיידן. און פיל מאהל, איז די צווייטע טייל נאך וויכטיקער, ווארום אויב מען איז ניט אויסגעהיט פון דאס אומגעוואונשענע, קען פאסירן אז דאס גוטע און פאזיטיווע זאל אויך אויסגענוצט ווערן אין א נעגאטיווער ריכטונג.
טדאס אויבנגעזאגטע איז באזונדערס וויכטיק אין צוזאמענהאנג מיט דעם ערשטן פון צווישן די ימים טובים - פסח, דער יום טוב פון יציאת מצרים, וועלכער פארנעמט אזא צענטראלן ארט אין אידישן לעבן, ביז אז די תורה האט אנגעזאגט יעדער אידן צו געדענקען און דערמאנען יציאת מצרים אלע טאג, און יעדן טאג גופא - סיי באטאג און סיי באנאכט.
י* * *
יאגאולת מצרים, דער אינהאלט פון יום טוב פסח - איז פארבונדן מיט דעם קרבןפסח.
יבגאולת מצרים איז געווען ניט נאר א גאולה פון אסך יחידים, פון זעקס הונדערט טויזענט ערו[ו]אקסענע מיט זייערע משפחות, נאר די גאולה האט זיך אנגעהייבן פון ראה ראיתי את עני עמי (איך האב געזען די פיין פון מיין פאלק) וואס דערפאר האט מען געפאדערט בא פרעה שלח את עמי (שיק ארויס מיין פאלק) און משה האט אויסגעפירט זיין שליחות והוצא את עמי בני ישראל ממצרים (נעם ארויס מיין פאלק, ישראל'ס קינדער, פון מצרים).
יגלויט דעם האט אייגענטלעך אויך באם קרבן פסח געדארפט אונטערשטראכן ווערן די נקודה (מאטיוו) פון עם בני ישראל, דעם גאנצן ציבור. פאקטיש אבער איז דער צוגאנג און אנזאג פונקט א פארקערטער. מען האט טאקע אנגעזאגט כל עדת ישראל, צו אלע אידן צוזאמען ווי זיי זיינען איין עדה, אבער דער אנזאג איז געווען: יעדע הויז מוז האבן איר אייגענעם קרבן פסח; יעדערער האט געדארפט פריער אויסגעטיילט ווערן, געציילט ווערן צו דעם קרבן פסח; יעדערער האט געמוזט זיין די גאנצע צייט פון עסן דעם קרבן אין זיין באשטימטער הויז אדער חבורה (קאמפאני).
ידדערמיט לערנט אונז די תורה, אז דער וועג צו אויפטאן, אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אויפטאן פאר דעם כלל און אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן דער גאולה פון דעם כלל, איז אפילו ווען די ווענדונג דארף זיין צום כלל, מוז אבער דער אינהאלט זיין אז יעדער איינער מוז צום אלעם ערשטן זיך קאנצענטרירן אויף זיך און זיינע בני בית און זיין גאר נאענטן קרייז, און אויך דא - זיך קאנצענטרירן ניט אויף אלגעמיינע באטראכטונגען און כללות'דיגע באשלוסן, נאר אפגעבן זיין הויפט אויפמערקזאמקייט און ענערגיע אויף דורכפירן אין טאג טעגליכן לעבן די איינצעלנע "קליינע" באשלוסן וואס דוקא דאס בריינגט, סוף סוף, די גאולה פון דעם יחיד און די גאולה פון דעם כלל.
טובאזונדערס וויכטיק איז די דאזיקע הוראה פאר מנהיגים און פירער פון גרופן און באוועגונגען, און ספעציעל פאר די וועלכע דארפן זיין גייסטיקע פירער אין זייערע קהילות. צו אפט איז מען פארקאכט אין "וועלט פראבלעמען", אין "גרויסע ענינים", און נאר פון צייט צו צייט, אדער גאר זעלטן אז מען הערט א פירער פארנעמען זיך מיט די "געוויינלעכע קליינע" פראבלעמען פון טאג טעגליכן לעבן, וועלכע רירן דירעקט אן זיינע קהילה-מיטגלידער.
טזוואס מער פראמינענט א פירער איז, אלץ מער "דארף" ער ריידן צו דער גאנצער מענטשהייט; און אויב ער האט א גוטן כח הדמיון, שטעלט ער זיך פאר אז ער רעדט אויך צו די צוקונפטיקע דורות. אויב ער איז באשאנקען מיט אראטארישע פייאיקייטן, האלט ער פאר זיין פליכט אויפצוטרייסלען דעם "וועלט געוויסן" מיט פייערדיקע ווערטער, וועלכע געפינען אן אפקלאנג אין דער פרעסע, אזוי אז ער ווערט אויך א פירער פון פירער און ווארט-זאגער וועלכע זיינען מקנא "זיין פרעסע" און זוכן אים נאכצוטאן און אריבערשטייגן.
יזניט זעלטן ווערט דער "געפירטער" צוהערער מיטגעשלעפט, און צוזאמען מיט דעם פירער באשליסט מען וואס די פארשידענע רעגירונגן דארפ'ן טאן, ווי די מענטשהייט אין אלגעמיין דארף זיך פירן, און ווי מען זאל גליקלעך מאכן אלע צוקונפטיקע דורות; און "זעלבסטפארשטענדליך" אז נאך אזוינע "וועלט באשלוסן" האט קיין ארט ניט "אראפלאזן זיך" און מאכן א געוואלד געשריי וועגן דעם גרויסן פראצענט קינדער וואס די "געפירטע" ערציען זיי אזוי אז בשום אופן קען מען זיי ניט אריין נעמען אין דער קאטאגאריע פון דעם בן חכם פון דער הגדה, אפילו ניט וועגן די קינדער וואס באקומען א מער "פארגעשריטענע ערציאונג" און זיי זיינען א פינפטער בן וואס איז בכלל ניטא באם סדר.
יחאון זיינען טאקע די פירער זיכער, אז יעדערער פון די "געפירטע" עלטערן איז יא באם סדר?
יט* * *
כווי דאס איז אין כלל, אזוי אויך אין פרט: יעדער מענש באשטייט פון א "פירער" - (די קאפ און הארץ, שכל און געפיל) - און "געפירטע" - (די איברים). און דא אויך קומט אפט פאר דאס זעלבע ווי אויבנדערמאנט: מען נעמט אן אלגעמיינע כללות'דיקע באשלוסן וועגן דעם גאנצען עולם (קטן - דעם מענטש): מען וועט זיין גוט און פרום צום אויבערשטן און צו לייטן, גלייך באם אויפחאפן זיך פון שלאף איז ער מודה אז דער אויבערשטער גיט אין עם אריין די נשמה וואס באלעבט עם; שוין בא דער ערשטער ברכה ווייס ער אז דער אויבערשטער איז מלך העולם - דער פולער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט; גאנץ פרי פארן דאוונען נעמט ער אן אף זיך די מצות עשה "ואהבת לרעך כמוך" (זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי זיך אליין) -
כאאז עס קומט אבער צו פרטים און "קלייניקייטן" ווי ניט "שלינגן" די ווערטער אין דאוונען בכלל און אין קריאת שמע בפרט, אריינטראכטן זיך אין דעם אויבערשטן'ס גרויסקייט און, להבדיל, אין דער קליינקייט פון דעם מענשן (ניט אויסשליסענדיק זיך אליין) פאר יעדער "שמונה עשרה" יעדן טאג - פעלט עם אויס צייט און געדולד; אויסהיטן זיך פון השגת גבול דורך אפציען א קונה פון א צווייטן - האט ער מורא אז דורכדעם וועט פעלן אין דער פרנסה וואס... דער אויבערטשער גיט עם. און אז עס קומט פאר פסח און ער דארף ארויסהעלפן א פשוט'ן ארעמאן מיט מעות
כבחטים - שטעלט ער זיך פאר די הערליכקייט פון יציאת מצרים און באשליסט אז אזוי ווי דאמאלס - מוז בא עם און זיינע בני בית זיין כלי כסף וכלי זהב ושמלות (זילבערנע כלים, גאלדענע כלים און קליידער), איז וואס בלייבט שוין פאר מעות חטים.
כג* * *
כדויהי רצון - דער אויבערשטער זאל בענשן און מצליח זיין, אז יעדער איינער און איינע זאלן זיך אפלערנען פון די דערמאנטע, און אלע אנדערע, דרינגענדע אנווייזונגען פון דעם יום טוב פון זמן חירותנו (אונזער באפרייאונג), און פונקט ווי בשעת יציאת מצרים איז די גאולה פון דעם כלל געקומען אלס פועל יוצא פון דער גאולה פון דעם פרט, זאל דאס אזוי אויך זיין היינט,
כהאז יעדער אידישער יחיד און יעדע אידישע משפחה, זאל זייער טאג טעגליכע הנהגה - ביז אין די קלענסטע איינצעלהייטן - זיין א תורה הנהגה אן שום פשרות און אן פארוואסערונג, און דאס וועט ברענגען די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, עס וועט מקויים ווערן - כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.
כובברכה לחג הפסח כשר ושמח,
כזמנחם שניאורסאהן
כחח'תת
נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תרא (הוצאת תשנ"א).
נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תרא (הוצאת תשנ"א).
כטהוראת פאר מנהיגים: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תרעט.
לאין אלע טעג: הארת כל המועדים מאירה בכל יום (שיחת חה"פ, ה'תש"ג).
לאדאס גוטע כו' זאל אויך כו': להעיר ממחז"ל לא זכה נעשית (תורתו) לו סם כו' (יומא עב, ב). וראה הל' ת"ת לרבנו הזקן פ"ד ס"ג.
לבדעם ערשטן: ר"ה פ"א מ"א. וע"פ דיוק הלשון שהוא ראש לרגלים (ולא "תחלה") מובן שהוא ראשון גם בחשיבות.
לגתורה האט אנגעזאגט: ועד שזהו מ"ע מן התורה (רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג. שו"ע אדה"ז או"ח ר"ס סז).
לדיום טוב פסח: שכן נקרא בתושבע"פ. וע"פ פי' ת"י - גם בתושב"כ (שמות לד, כה).
להראה.. שלח.. והוצא.. כל עדת: שמות ג, ז. ה, א. ג, י. יב, ג.
לוהויז אדער חבורה: פסחים פו, א.
לזיעדער מענש באשטייט: זח"ב קנג, א. וראה שיחת שמח"ת תרס"ט (ס' השיחות תורת שלום ע' 120 ואילך).
לחנעמט און אלגעמיינע: עד"ז ג"כ בענין התבוננות - ראה ש' היחוד פ"ד. קונטרס העבודה פ"ו.
לטעולם (קטן: האדם (תנחומא פקודי ג).
מבאם אויפחאפן: מיד שניעור (שו"ע אדה"ז רס"א. בסידורו).
מאפארן דאוונען: פרי ע"ח ש"ה פ"א. וראה סידור רבנו הזקן (קודם מה טובו).
מבפאר יעדער: שו"ע או"ח ר"ס צח.
מגגאולה פון דעם כלל כו' דעם פרט: הדברים שבזכותם נגאלו ממצרים (מכילתא בא.
מדויק"ר פל"ב, ה. ועוד) עניני הפרט הם. וכן בדמייך חיי בדמייך חיי - שהם דם מילה ודם פסח (שמות רבה פי"ז, ג).