Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8818אגרות קודש· כרך כג· ח'תתיח
אח'תתיח
בב"ה, ט"ו אייר, תשכ"ד
גברוקלין.
דמר ירחמיאל שי'
השלום וברכה!
ובאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בוך "א קאץ אין געטא" אין צוגאב צו די פריערדיקע, זיינער צייט ערהאלטענע, "אויף קידוש השם" א.ז.וו. אין אידיש, ות"ח.
זאון השם יתברך זאל אייך מצליח זיין, לויט'ן אויסדרוק שמחנו כימות עניתנו, און פון איצטער אן און ווייטער זאל אייער שרייבען זיין, ווי געשריבען פאר דעם, נרננה ונשמחה בכל ימינו, בא א גוטער איינארדנונג בכל הפרטים, און צו אויסניצען אייערע כשרונות מיט וועלכע איר זייט בעשאנקען געווארען, לתועלת הרבים, מיט גוטען געזונט ומתוך הרחבה,
חאון לויט די ערקלערונג פון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע זאל זיין דער ענין פון געטא, באופן - די ערפילונג פון דעם צוזאג, הן עם לבדד ישכון, און די זאך פון קידוש השם, דורך דעם אויפפירונג אין דעם טאג טעגליכן לעבען פון יעדער אידן בתוך כלל ישראל, אין א אופן אז, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך.
טבכבוד ובברכה
ימ. שניאורסאהן
יאנ.ב. דאס בייגלייגטע איז צו דעקען הוצאות המשלוח.
יבח'תתיח
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 480 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 480 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
יגמר ירחמיאל: בריקס.
ידלויט די ערקלערונג: ראה תניא ספכ"ה.