Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 23·Letter 8877אגרות קודש·כרך כג·ח'תתעז

אח'תתעז
בב"ה, כ"ה מנ"א תשכ"ד
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה חיים יונה
השי'
ושלום וברכה!
זנאך א ליינגערן איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום השני, מיט דער גוטער בשורה, אז בקרוב וועט מען מסיים זיין דעם לערנען עין יעקב ברבים, וועלכעס קומט פאר אין אייער הויז.
חהשם יתברך זאל העלפען ס'זאל בשעה טובה ומוצלחת בכל הפרטים, דער סיום פון עין יעקב און אויך דאס אנהויבען באלד פון דאסניי, ווי ס'פירט זיך בא אידען, שמנהג ישראל תורה הוא, שמתכיפין התחלה להשלמה.
טאון בפרט ווי ערקלערט אין מערערע ערטער דער פארבונד פון דעם סיום מיט דער התחלה, אויף פערשידענע אופנים, און איינער פון זיי איז:
ילכאורה דארפמען פארשטיין ווי איז באמת מעגליך ערפילען די פאדערונג, א אמת'ן שלום צווישען מענשן, וואס אין דיעותיהם שוות וכו',
יאא פאדערונג מיט אזא שטארקייט, ביז אז מ'זאגט, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום.
יבאיז אויף דעם די ערקלערונג, אז דאס ווערט ערמעגליכט דורך דעם לייענען קריאת שמע, גלייך באם אנהויב פון דעם מעת לעת, ווי די התחלה פון דער משנה, מאימתי קורין את שמע בערבית, וואס דער אינהאלט פון ק"ש איז, צו ממליך זיין הקב"ה, ביז מ'אנערקענט אז ה' אחד, אין אלע זיבען הימלען און אויף דער ערד און אויך בארבע רוחות העולם.
יגוואס דאס ווירקט צו אויפגעבען און איבערגעבען דעם רצון פון יעדן איינעם צו דעם רצון פון ה' אחד, וואס דענסטמאל פארשווינדעט אלעס וואס קען צוטיילען און אונטערשיידען, און עס ווערט דער אמת'ר שלום, און השם יתברך גיט זיין פולסטע ברכה, ווי מיר זאגען באם שלוס פון שמונה עשרה, ברכנו אבינו (לפי) שכולנו כאחד (זעה תניא פרק ל"ב).
ידאון ווי ערקלערט אויספירליך אין פילע ערטער בתורתנו הק' תורת חיים און מער טיפער בפנימיות התורה, וואס אין גמרא איז דאס אגדה שבספר עין יעקב, שרוב סודות התורה גנוזים בה (עיין אגרת הקדש לרבנו הזקן סי' כ"ג).
טובברכה להצלחה בכל האמור, ובפ"ש כל המשתתפים שליט"א בלימוד הכי נעלה האמור,
טזמ. שניאורסאהן
יזח'תתעז
נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 440 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
יחמו"ה חיים יונה: דן, ניו הייווען.
יטשמנהג ישראל: נסמן בלקו"ש חכ"ב ע' 56 הערה 2.
כשמתכיפין: רשות לחתן בראשית.
כאאין דיעותיהם שוות: ראה ברכות נח, א.
כבלא מצא: עוקצין בסופה.
כגאחד... העולם: סמ"ק הובא בב"י או"ח סס"א. שו"ע ואדה"ז או"ח שם ס"ו.