Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 23·Letter 8933אגרות קודש·כרך כג·ח'תתקלג

אח'תתקלג
בב"ה, ח' שבט, ה'תשכ"ה
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מו"ה
השלמה שי'
ושלום וברכה!
זס'איז איבעריק צו זאגן, אז איך פרעג זיך נאך אויף אייך גאנץ אפט און באקום לעבעדיקע גרוסן וועגן אייער געזונט צושטאנד און פעולות פאר בית ליובאוויטש.
חדערנעענטערנדיק זיך צום סגולה טאג פון יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דערמאנט מען זיך נאטירלעך וועגן אלע גוטע פריינט וועלכע זעצן פאר זיין הייליקע ארבעט אויף די פארשידענע פראנטן אין דער ברייטער וועלט, ניט נאר אנצוהאלטן די מיט-גרויס-מי-דערארבערטע פאזיציעס, נאר אויך צו פארשטארקן און אויסברייטערן זיי - פאר החזקת התורה והמצוות און הפצת המעיינות.
טדערביי האט מען די פארזיכערונג, אז דער רבי דער שווער שטייט אויף דער וואך און איז נושא רינה ותפלה פאר אלע זיינע "סאלדאטן", זיי זאלן מצליח זיין אין זיין שליחות און זאלן געבענטשט ווערן אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יבא דער געלעגנהייט וועט מען אייך ספעציעל מזכיר זיין אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דער זכות פון אייערע פעולות פאר די מוסדות פון בעל ההילולא זאל אייך און אלע אייערע ב"ב שיחיו ביישטיין צו געניסן פון דער פולער מאס פון ברכות ה' בכל המצטרך, בפרט א פארבעסערונג אין געזונט צושטאנד ומאור עיניו בקרוב ממש.
יאבברכה להצלחה ולבשורות טובות.
יבח'תתקלג
מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ז'תתקסה. חי"ח ו'תשעה, ובהנסמן בהערות שם.
יגבית ליובאוויטש: לונדון.