Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8948אגרות קודש· כרך כג· ח'תתקמח
אח'תתקמח
בב"ה, ח' אדר א' תשכ"ה
גברוקלין.
דהנהלת אגודת נשי חב"ד אשר בעיר ניו
ההייווען
וה' עליהן תחיינה
זברכה ושלום!
חמיט צופרידענהייט האב איך באקומען די ידיעה וועגען די ארבעט פון אייער גרופע, און די לעצטענס פארגעקומענע אסיפה, און דע[ם] ווארימען אפרוף פון די פארזאמעלטע, ווי געשריבען אין דעם בריף פון מרת שרה תחי' דייטש.
טהשם יתברך זאל העלפען, אז דער אנהויב זאל זיין אין א גוטער שעה און גוטען אופן,
יאון די פעולות וועגען וועלכע איר שרייבט און די איינטיילנעמער אין דעם, זאל זיין, ווי געשריבען אין דער סדרה פון היינטיקער וואך, להעלות נר תמיד.
יאצו זעהן טאן אין דער ריכטונג, אז די אידישער ליכט, וואס דאס איז די נשמה פון א אידן, ווי עס שטייט, נר ה' נשמת אדם, זאל לייכטען בא יעדער אידן, תמיד (שטענדיג) און באלייכטען זיין הויז און אומגעגענד בגשמיות וברוחניות.
יבוואס דענסטמאל וועט מען זיכער צו-ציהען אלץ מער און מער אידישע פרויען אין דעם אויבען געזאגטען גייסט, ווי ס'איז די פאדערונגען און האפנונגען פון רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
יגבברכה צו גוטע בשורות און גאר אין גיכען.