Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 23·Letter 8982אגרות קודש·כרך כג·ח'תתקפב

אח'תתקפב
בב"ה, ערב שבת מברכים חודש סיון, ה'תשכ"ה
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע אנטיילנעמער אין עם יערלעכן
הדינער פון ישיבת
ו"אחי תמימים" ליובאוויטש, אין נוארק
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טדער יערלעכער דינער קומט הייאר פאר אין דער וואך פון שבועות, זמן מתןתורתנו - דער ענד-ציל פון יציאת מצרים.
ידי דערמאנטע ימים-טובים, פסח און שבועות, באצייכנען די צוויי, צווישן זיך ענג-פארבונדענע, היסטארישע געשעענישן וועכלע האבן געשאפן אונזער אייביקן פאלק.
יאזייער אינערלעכע און שטענדיק-צייטלעכע באדייטונג באשטייט אין דעם וואס זיי ברענגען ארין די איבערלעבונגען און אויפלעבונגען וועלכע זיינען פארבונדן מיט די דערמאנטע געשעענישן - אין דעם פערזענלעכן, טאג טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן, אין יעדן ארט און אין יעדער צייט.
יבדי נקודה דערפון איז, אז "יציאת מצרים" די באפרייאונג פון פארשקלאפונג - סיי פון אינערלעכער פארשקלאפונג צו דער אייגענער מענטשלעכער נאטור, סיי באפרייאונג פון דער אויסערלעכער פארשקלאפונג צו דער סביבה ארום - קען דערגרייכט ווערן בלויז דורך תורה און מצוות, וועלכע באלייכטן דעם טאגטעגלעכן לעבנסוועג פון דעם פרט און פון דעם כלל.
יגהייאר קומט צו נאך א נקודה, אין דעם וואס מיר האבן אן עיבור-יאר די זאך פון אן עיבור-יאר איז צו פארזיכערן, אז די ימים טובים זאלן אויסקומען אין זייער ריכטיקער צייט; צום אלעם ערשטן פסח, וואס במילא וועט אויך שבועות (דער "50טער טאג פון ספירה") זיין אין דער ריכטיקער ציט, און אזוי אויך אלע אנדערע ימים טובים.
ידאבער ווי אלע ענינים אין תורה, וועכלע האבן אומצאליקע דערקלערונגען און אנווייזונגען, ווייל די תורה הק' איז אונענדלעך ווי דער נותן-התורה איז אין-סוף ברוך הוא, אזוי אויך דער ענין פון עיבור-יאר. איינע פון די אנווייזונגען פון עיבור-יאר איז, אז א איד דארף זיין א בעל הבית איבער זיין צייט און רעגולירן זיין צייט אין איינקלאנג מיט תורה. אויך די וועלטלעכע ענינים ווי זייען און שניידן (פסח אי די צייט פון גערשטן-שניט; שבועות - פון ווייץ-שניט) אא"וו, דארפן זיין פארבונדען מיט, "יציאת מצרים" - ניט צו זיין פארשקלאפט צו וועלט און צו נאטור, נאר אדרבה, זיין א בעל-הבית איבער זיי - מיט דעם כח פון תורה און מצוות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן צו אידן.
טונאכמער: טאמער האט מען עפעס פארפעלט אין דער פארגאנגענער צייט, קען מען ניט נאר ממלא זיין, נאר אפילו אגרייטן אזאפאס אויף דער צוקונפט, ווי דאס ווערט אויך אנגעדייטעט דורך דעם ענין פון עיבור-יאר (אין דעם צוגעקומענעם חודש אדר).
טזדער אויבערשטער זאל געבן, אז דער הייארדיקער יערלעכער דינער זאל ברענגען צום אויסדרוק די דערמאנטע ענינים בא יעדן איינעם און איינער פון די אנטיילנעמער, און זייערע בני-בית, שיחיו; צו פארפעסטיקן די יסודות פון תורה ומצוות בא זיך אינדערהיים און אין דער סביבה ארום, ספעציעל דורך פארשטארקן און אויסברייטערן די ישיבה אחי-תמימים אין אייער שטאט.
יזמיט באגריסונג צו אלע חשובע געסט און אנטיילנעמער שיחיו ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
יחח'תתקפב
איבערלעבונגען און אויפלעבונגען: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תקפב, ובהנסמן שם בהערה המתחלת "חוזרים הדברים".
יטעיבוד יאר: ראה גם לעיל אגרת ח'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.