Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 8992אגרות קודש· כרך כג· ח'תתקצב
אח'תתקצב
בב"ה, י"ג סיון ה'תשכ"ה
גברוקלין, נ.י.
דצו די אנטיילנעמער אין דעם 12טן יערלעכן לאנטשאן פון
האגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאנד, אהייא
וה' עליהן תחיינה
זברכה ושלום!
חאין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן אייער פארשטייענדן יערלעכן לאנטשאן ביום א' פרשת שלח לך, הבע"ל, יהי רצון אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.
טעס איז באקאנט דער ווארט פון אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אז די פרשת פון דער וואך אנטהאלט אנווייזונגען פאר דעם טאג-טעגלעכן לעבן, ספעציעל אין צוזאמענהאנג מיט אויסערגעוויינלעכע געשעענישן.
ידי אונטערנעמוהג היינטיקס יאר קומט פאר אין דער וואך פון דער פרשה שלח, וואו עס ווערט דערציילט, אז משה רבנו האט געשיקט שלוחים ארומקוקן ארץ-ישראל, און אז די שלוחים האבן געבראכט א ניט-ריכטיקן באריכט. דערציילן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אז די פרויען האבן זיך ניט אפגעשראקן פאר דעם אומגינסטיקן באריכט און זיי האבן ווייטער געוועלט אנהאלטן זייער וועג צו ארץ ישראל, ארץ הקודש, לויט דעם איבערשטנס רצון. די פרויען זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל, אז ארץ ישראל איז א לאנד פון קדושה און ספעציעלע ג-טלעכע השגחה, ווי די תורה זאגט: ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית שנה ועד אחרית שנה - א לאנד וואו די ספעציעלע ג-טלעכע השגחה איז פון אנהויבס יאר ביז ענדע יאר.
יאווי עס איז מערערע מאל אונטערשטראכן געווארן, איז די תורה אן אייביקע, און אלע אירע אנווייזונגען זיינען אייביקע, דאס הייסט גילטיק אומעטום און אין אלע צייטן.
יבדי צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו "ארץ הקודש" איז אן אויסדרוק פון איר איבערגעבנקייט צו אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואס דריקט זיך אויס נאך אין א שטארקערע פארם ווי בא די מענער, פון צייט צו צייט.
יגדערפון איז אן אנווייזונג אויך פאר אונזער דור, אז די פרויען קענען פיל אויפטאן צו פארשטארקן אלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענע היים און צוזאמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין א פאסנדן אופן, און אזוי ארום מאכן בא זים אינדערהיים און אין דער סביבה אן "ארץ הקדש" פאר דער ג-טלעכער שכינה.
ידדאס איז דאך פון די אויפגאבען פון די חב"ד פרויען אומעטום, וועלכע האבן נאך דעם ספעציעלען זכות וואס זייער וועג איז באלויכטן מיט דער ליכטיקייט פון חסידות און חסידישע טראדיציעס.
טואון פונקט ווי צוזאמען מיט ארץ ישראל זיינען געגעבן געווארן אלע גטלעכע ברכות פון ארץ זבת חלב ודבש אויך אין דעם מאטעריעלן זין, אויב נאר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אזוי זיינען שטענדיק אנגעגרייט אלע גטלעכע ברכות פאר אלעמען וועלכע העלפן פארשטארקן און פארשפרייטן תורה-אידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן.
טזהשם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארעט אין א שטייגענדער מאס, און זאל אייך באגליקן בטוב הנראה והנגלה אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יזבברכה לבשורות טובות.
יחח'תתקצב
נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 271 והושלמה עפ"י העתק המזכירות. וראה גם אגרת שלאח"ז.
נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 271 והושלמה עפ"י העתק המזכירות. וראה גם אגרת שלאח"ז.
יטדערציילן אונזערע חכמים: פרש"י פנחס כו, סד (מספרי שם כז, ד).
כמאכן... ארץ הקדש: להעיר מפתגם אדמו"ר הצמח צדק "מאך דא ארץ ישראל". ראה גם לעיל חט"ו אגרת ח'תשעד, ובהנסמן בהערות שם. אגרת שלאח"ז.