Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 23· Letter 9027אגרות קודש· כרך כג· ט'כז
אט'כז
בב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ה
גברוקלין, נ.י.
דאני בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום רב וברכה!
זמיר שטייען אויפן שוועל פון א שמיטה יאר (זיבעטער און געהייליגטער יאר אין דעם יארן-קרייז) - שנת ה'תשכ"ו - הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה.
חאיינע פון די צענטראלע אפלערנונגען פון שמיטה ווערט אנגעדייטעט אין דעם סדר אין דער תורה פון די פסוקים און ווערטער וועלכע דריקן אויס דעם ענין פון שמיטה: כי תבואו אל הארץ.. ושבתה הארץ שבת לה'. שש שנים תזרע שדך וגו' (ווען איר וועט קומען אינם לאנד.. זאל די ערד רוען א שבת צו ג-ט. זעקס יאר מעגסטו זייען דיין פעלד, וגו').
טאייגענטלעך איז ניט פארשטאנדיג" דער סדר אין דעם איז דאך, אז די ערשטע זעקס יאר באארבעט מען די פעלדער און נאכדעם ערשט קומט שמיטה, דער זיבעטער רו-יאר. האט אין דער תורה אויך געדארפט שטיין פריער שש שנים תזרע שדך גו און דערנאך ושבתה הארץ.
ינאר - סדר אין תורה איז אויך תורה (אנווייזונג), דער דערמאנטער סדר בנוגע שמיטה לערנט אוהז ווי דער צוגעב צום לעבן דארף זיין:
יאווען מען קומט אין א לאנג און מען דארף זיך איינארדען אין לעבן, און עס איז אומפארמיידלעך צו פארנעמען זיך מיט "ערד-ארבעט", דארף מען וויסן, אז דאס ערשטע און וויכטיגסטע, אין געדאנק און אלס ציל, איז "שבת לה'": ניט דאס ערדישע און מאטעריעלע, נאר דאס גייסטיגע און הייליגע. דער דאזיגער צוגאנג וועט פארזיכערן, אז ער זאל ניט פארזונקען ווערן אין ערדישע און מאטעריעלע זאכן. נאכמער - האבנדיג שטענדיק דעם געדאנק פאר די אויגן - ווערן די זעקס וואכעדיגע און גרויע יארן אנדערש; זיי פארלירן א גרויסן טיי פון זייער וואכעדיקייט און ווערן ליכטיגער און אינהאלטספולער. און נאכמער - די ענדערונג און דערהויבנקייט פון די שש שנים דערהויבן אויך די שנה השביעית, אז אנשטאט "ושבתה.. שבת לה'", ווערט זי - "שבת שבתון..שבת לה'".
יב***
יגדאס זעלבע אין טאג-טעגלעכן לעבן איז פאראן דער ענין פון "ערד
ידארבעט" - (פרנסה) און "וואכעדיקייט" בכלל, ווי ענינים פון עסן, טרינקן, אא"ז - די אלע זאכן פון ומותר האדם מן הבהמה אין (אין וועלכע א מענטש האט ניט קיין פארצוג איבער א בהמה, להבדיל). און עס איז פארן דער ענין פון "ושבתה הארץ" - אפרייסן זיך פון ערדישקייט, און "שבת לה'" - פארנעמען זיך מיט ענינים פון קדושה און ג-טלעכקייט, דאס שיינען די צייטן פון תפילה, תלמוד תורה און קיום המצות.
טואיז די הוראה פון שמיטה, אז מען דארף אנהויבן דעם טאג-טעגלעכן לעבן מיט דעם געדאנק און צוגאב, אז כאטש שפעטער וועט ער דארפן טאן "וואכעדיקע" זאכן, איז אבער זייער עיקר און תכלית - "שבת לה'". דאן וועלן די "וואכעדיגע" שאכן און טואונגען זיין ליכטיגער און אינהאטלספולער, און די ענינים פון קדושה און ג-טלעכקייט וועל אוייך דערהויבן וערן אויף א העכערע מדריגה. דאס איז דער וועג צו דערגרייכן אפולן און הארמאנישן לעבן.
טז***
יזשטייענדיג אויפן שוועל פונם שמיטה-יאר, זאל דער אויבערשטער העלפן, אז יעדער איינער און איינע זאל אנהויבן דעם יאר מיט דעם דערמאנטן צוגאנג: אז דער עיקר און ציל איןלעבן איז ניט דאס מאטעריעלע נאר דוקא דאס גייסטיגע; אז דאס מאטעריעלע קען בארעכטיקט ווערן נאר דאן ווען דאס איז דורכגעדרונגען מיט דעם געדאנק פון "ושבתה האר שבת לה'" - ווען דאס מאטעריעלע דינט און באפרידיגט די העכערע שטרעבונגען פון קדושה און ג-טלעכקייט. דאן וועלן אלע טעג אין יאר, און אלע פעולות פון יעדן טאג, אפשפיגלען דעם מותר האדם מן הבהמה, און באשטעטיקן אז ער איז באשאפן געווארן בצלמנו כדמותנו (אין ג-טלעכען "געשטאלט") און לעבט אזוי, און די צייטן און מאמענטען אין יאר וועלכע זיינען אין דער בחינה פון "שבת" וועלן דערהיובן ווערן צו א העכערע מדריגה צו "שבת שבתון".
יחדאן וועט זיכער אויך מקיים ווערן די ג-טלעכע ברכה פון שמיטה - וצויתי אתברכתי לכם - "איך וועל אייך שיקן מיין ברכה" - אין אן איבערנאטירלאכן אופן.
יטאון דער פאסענדסטער טאג אין יאר אויף א פעסטן און אמת'ן באשלוס אויף אלעס דעם, א בר קיימא (דויערהאפטן) באשלוס - איז ראש השנה.
כדער טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן בצלמנו כדמותנו, האט באהערשט די גאנצע בריאה (באשאף) און איר אויפגעהויבען צו דער אנערקענונג פון נשתחוה ונכרעה לפני ה' עושנו (פולשטענדיגע אונטערטעניקייט צו ג-ט, דעם באשעפער),
כאדער טאג ווען מען בעט און מען בעט אויס: מלוך על העולם כולו בכבודך..ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (שפרייט אויס דיין מלוכה איבער דער גאנצער וועלט דורך דיין כבוד.. און זאל יעדער איינער וואס אטעצט דערקענען און זאגן אז ג-ט דער ג-ט פון אידן, איז קעניג, און זיין קעניגרייך הערשט איבער אלעם).
כבבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנ טובה ומתוקה בבני חיי ומזוני רויחי.
כגמנחם שניאורסאהן
כדט'כז
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 441.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 441.
כהשמיטה יאר... ה'תשכ"ו: טושו"ע חו"מ ר"ס ס"ז. שו"ע אדה"ז סוף הל' הלואה.
כודי פסוקים: ויקרא כה, ב-ד.
כזניט פארשטאנדיג: ראה ד"ה ושבתה בלקו"ת (וכן בס' תקס"ב, סו"ס דרך מצותיך ועוד).
כחסדר אין תורה: ראה פסחים ו, ב. של"ה חלק תושבע"פ כלל לשונות.
כטווערן די זעקס: להעיר מביצה (טז, א): כל ימיו הי' אוכל לכבוד שבת. וראה צ"צ לתהלים סח, כ סק"ו.
לשבת שבתון: ראה רש"י ד"ה שבתון (יומא עד, א). פרש"י עה"ת שמות (לא, טו). אור התורה להצ"צ בהר ד"ה שבת שבתון. וש"נ.
לאומותר האדם: קהלת ג, יט. ראה רשימות הצ"צ (שם). חגיגה (טז, א).
לבתפלה... המצות: ראה מפרשים לאבות פ"א, מ"ב.
לגהארמאנישן לעבן: ראה לקו"ת ס"פ מטות בפי' מרז"ל העוסק בתורה כו' שלום בפמליא של מטה (סנה' צט, ב).
לדוצויתי את ברכתי: ויקרא כה, כא.
לההאט באהערשט... עושנו: זהר ס"פ אמור. וראה ג"כ פדר"א פי"א.
לומען בעט אויס: ראה אגרת התשובה פי"א.