Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9045אגרות קודש· כרך כד· ט'מה
אט'מה
בב"ה, יום א' לסדר ויעקב איש תם יושב אהלים, תשכ"ו
גברוקלין, נ.י.
דאל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זעס איז אפט אונטערגעשטראכן געווארן דער ווארט פון אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, אז "א איד דארף לעבן מיט דער צייט" - מיט דער תורה-צייט וואס איז אנגעפילט מיט דעם אינהאלט און גייסט פון פרשת השבוע.
חמיר האלטן איצט אין לייענען די סדרות וועלכע דערציילן אונז וועגן לעבן פון אונזערע אבות, די ערשטע אידן, אברהם יצחק און יעקב. אברהם איז געווען דער פאטער פון ישמעאל און יצחק; יצחק איז געווען דער פאטער פון עשו און יעקב. אבער יעקב אבינו "היתה מיטתו שלמה" - אלע זיינע צוועלף זין און טאכטער זיינען געבליבן טרייע אידן.
טניט קוקנדיק אויף דעם וואס ישמעאל און עשו האבן געהאט שיינע עלטערן און שיינע אידישע היימען, איז דאס ניט געווען די פולע פארזיכערונג, אז מען וועט פון זיי האבן אמת אידישע נחת. ווארום דער אויבערשטער האט געגעבן א בחירה חפשית.
ייעדער איינער קען זיך אויסקלייבן זיין וועג אין לעבן: דעם וועג פון החיים והטוב, אדער פארקערט. ישמעאל און עשו האבן אויסגעקליבן דעם ווילדן, אומגעצוימטן וועג פון מאטעריעלער וועלטלעכקייט; האט עס זיי געמוזט
יאפירן צו א לעבן פון פייל און בויגן (רובה קשת) און שווערד (ועל חרבך תחי') ביז דעם היינטיקן טאג.
יביעקב אבינו איז אבער געווען א יושב אהלים - און ער איז ניט נאר אליין געזעסן אין די געצעלטן פון תורה, נאר האט שטענדיק געזארגט, אז די אהלי תורה זאלן האבן א קיום און המשך. אפילו ווען ער האט געדארפט גיין אין מצרים, און טאקע ספעציעל דערפאר, האט ער צוערשט געשיקט יהודא'ן צו גרינדן דארט א ישיבה. האט ער דערגרייכט דערצו, אז אלע זיינע קינדער זיינען געבליבן טרייע אידן.
יגמען האט געקענט טראכטן: ווי וועט מען מיט דעם צוגאנג פון "יושב אהלים" קענען עקזיסטירן קעגן דעם "איש שדה", קעגן די נשיאים פון ישמעאל'ן און די אלופי עשו, בשעת יעקב וביתו זיינען צווישן זיי א קליינער מיעוט?
ידלערנט אונז און פארזיכערט אונז די תורה הק', אז חאטש אין אלע דורות און אלע תקופות וועלן אידן זיין א מיעוט צווישן אלע גויים, אבער א איד דארף ניט נתפעל ווערן דערפון. כל זמן ער וועט אנהאלטן דעם וועג פון יעקב אבינו, דעם וועג פון "יושב אהלים" - ווען דער פאטער אליין האט קביעות עתים לתורה און שיקט זיינע קינדער לערנען אין חדרי תורה און ישיבות, איז ער געזיכערט אז אלע זיינע קינדער וועלן בלייבן טרייע אידן, און ער וועט האבן פון זיי אמת אידישע נחת, און ניט נאר אין רוחניות נאר אויך פשוט אין גשמיות.
טואיך וויל האפן, אז אין דעם גייסט פון די איצטיקע סדרות פון דער וואך, וועלן אלע חובבי תורה ומצוה, ובפרט די עסקני הישיבה, פארשטארקן די פארבארייטונגען צו דער פארשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש (כ"ד טבת הבע"ל), צו פארזיכערן דעם דערפאלג פון דער אונטערנעמונג פינאנציעל און גייסטיק. דער אויבערשטער וועט זיכער ניט בלייבן א בעל-חוב, וכל המוסיף מוסיפין לו ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טזבכבוד ובברכה להצלחה רבה בכל האמור
יזמ. שניאורסאהן
יחט'מה
נדפסה בלקו"ש ח"ה ע' 417, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש ח"ה ע' 417, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
יטויעקב איש תם יושב אהלים: תולדות כה, כז.
כדער ווארט פון אלטן רבי'ן: סה"ש תש"ב ע' 29 (נעתק ב"היום יום" ב' חשון).
כאהיתה מטתו שלימה: ויק"ר פל"ו, ה.
כבבחירה חפשית: ראה רמב"ם הל' תשובה רפ"ה.
כגהחיים והטוב: נצבים ל, טו.
כדרובה קשת: וירא כא, כ.
כהועל חרבך תחי': תולדות כז, מ.
כוגעשיקט יהודא'ן צו גרינדן דארט א ישיבה: ראה ויגש מו, כח ובפרש"י.
כזאיש שדה: תולדות כה, כז.
כחאידן זיין א מיעוט צווישן אלע גויים: ראה ואתחנן ז, ז.
כטיערלעכער אונטערנעמונג .. כ"ד טבת הבע"ל: ראה גם לקמן אגרת ט'עא.
לוכל המוסיף מוסיפין לו: ראה תענית לא, א ובפרש"י.