Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9053אגרות קודש· כרך כד· ט'נג
אט'נג
בב"ה, ה' כסלו, תשכ"ו
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסקים בצ"צ
המו"ה בנימין שי' גערשמאן מו"ה שלום שי' שקליאר
ושלום וברכה!
זאין ענטפער אויף אייער בריף פון ראש חדש כסלו, אלס מנהלי בית הכנסת נוסח אר"י אלבאני פארק אין שיקאגא, אין צוזאמענהאנג מיטן לערנען מאמרי חסידות אין אייער בית הכנסת בכלל, ובפרט אין דער צייט פון שלש סעודות ביום השבת קדש, און פרעג[ט] מיין מיינונג אין דעם.
חווי ערקלערט אין מערערע ערטער פון רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די גרויסקייט פון דעם ענין פון פארשפרייטען מעינות תורת החסידות וואו נאר עס געפינט זיך א איד, און בפרט אין אן ארט פון מערערע אידען כ"י ווי א בית הכנסת, ובפרטי פרטי [ו]ת, וואו דער נאמען זאגט עדות, וואס דער בית הכנסת רופט זיך "נוסח אר"י",
טובלשון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע: בדורות אלו האחרונים מותר ומצוה לגלות זאת החכמה (אגרת הקדש סי' כ"ו),
יאיז דאך פארשטענדליך די חשיבות פון דעם ענין און דער גרויסער זכות, פון יעדער איינעם וועלכער טוט אין דעם מיט די אלע מעגליכע אופנים צו איינטייל נעמען אין דעם אליין און איינווירקען אויף פריינד, און גוטע פריינד, אז אויך זיי זאלען טאן אזוי, וכההוראה וכהלשון - ברוב עם הדרת מלך. און בפרט ובמיוחד ווען עס רעדט זיך וועגען שבת קדש אין דער צייט פון שלש סעודות וואס דענסטמאל איז די צייט פון רעווא דרעווין. און אויף דעם און ענליכעס איז דאך גילטיק די הבטחת חז"ל: הבא לטהר מסייעין אותו.
יאאון אין ענטפער אויף דעם צווייטן ענין:
יבקענענדיק את הוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן כ"ץ מערערע יארען, און וויסענדיק דעם זכות וואס ער האט געהאט צו הערן פערזענליך פילע מאמרים און שיחות קדש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און זיין איבערגעבענהייט צו עם און די ברכות וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען, איז דאך פארשטענדליך, אז דאס חזרת מאמר אדער שיחה, דורך עם, קען אין דעם בעת החזרה מקויים ווערן דער מאמר חז"ל, כאילו בעל השמועה עומד לפניו, וואס דאס גיט צו אין דער הצלחה פון דעם זאגען און אין דער ווירקונג, וועלכעס ווערט ערווארטעט.
יגומגלגלין זכות ליום זכאי, וואס אייער בריף איז געשריבן ראש חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה, און דער ענטפער וועט אנקומען נאהענט צו יו"ד וי"ט כסלו, ימי גאולה פון רבנו הזקן ובנו ממלא מקומו, אדמו"ר האמצעי.
ידוואס זיי זיינען מלמד זכות אויף יעדער אידן און בפרט אויף די וועלכע לערנען תורת החסידות און פארשפרייטן זי,
טווואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אויף תורת החסידות - ביז צו מסירת נפש בפועל, ווי באוואוסט דער אינהאלט פון דברי ימי גאולתם אלו.
טזבכבוד ובפ"ש כל המשתתפים בשיעור לימוד חסידות האמור, בתוככי כלל מתפללי בית הכנסת, הם ובני ביתם שליט"א, ובברכה לבשורות טובות בכל הנ"ל.
יזט'נג
נדפסה בלקו"ש חל"ה ע' 292, והושלמה עפ"י העתקה.
נדפסה בלקו"ש חל"ה ע' 292, והושלמה עפ"י העתקה.
יחמו"ה בנימין .. גערשמאן: אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ח ב'תרכא.
יטובפרט אין דער צייט פון שלש סעודות ביום השבת קודש: ראה גם לעיל חי"ג אגרת ד'תשו.
כברוב עם הדרת מלך: משלי יד, כח. וראה אנציק' תלמודית בערכו. וש"נ.
כארעווא דרעווין: זח"ב פח, סע"ב.
כבהבטחת חז"ל: יומא לח, סע"ב. וש"נ.
כגמאמר חז"ל: ירושלמי שבת פ"א ה"ב. וש"נ.
כדומגלגלין זכות ליום זכאי: תענית כט, א. וש"נ.