Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9081אגרות קודש· כרך כד· ט'פא
אט'פא
בב"ה, כ"ו טבת, תשכ"ו
גברוקלין, נ.י.
דמרת אסתר
התחי'
וברכה ושלום!
זאין ענטפער אויף אייער בריף פון מוצאי שבת קדש מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכן איר פרעגט, וועגן א באזוך בארץ הקדש ארץ ישראל אויף פיר וואכען, חאטש ס'איז אפשר שווער פאר אייך וכו'.
חבכלל אין אזעלכע ענינים, וויבאלד ס'איז א ספק, דארפמען זיך אפהאלטען פון טאן דאס, אלענספאל דערוויילע.
טאון לויטן ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק, אלס ענטפער צו איינעם, אויף זיינע פראגע צו פארען קיין ארץ ישראל
י"מאך דא ארץ ישראל"
יאגעמיינט דורך פארשפרייטען אידישקייט וואו נאר מ'קען און צוציהען צו אידישקייט וועמען נאר מ'קען.
יבזאל השם יתברך אייך בענשן מיט אריכות ימים ושנים טובות און טאן אין דאס אויבען געזאגטע מיט גוטע שטימונג און גוטען געזונט.
יגאון דער זכות הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם.
ידבברכה לבשו"ט בכל האמור.
טוט'פא
נדפסה בלקו"ש חל"ד ע' 256, והושלמה עפ"י העתקה.
נדפסה בלקו"ש חל"ד ע' 256, והושלמה עפ"י העתקה.
טזמרת אסתר: ערשטער, טורונטו.
יזלויטן ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק: ראה גם לעיל חט"ו אגרת ה'תשעד, ובהנסמן בהערות שם. וראה גם "רשימות" חוברת ט ס"ע 5 (נדפס גם באג"ק אדמו"ר מוהריי"צ ח"א ע' תפה).