Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9108אגרות קודש· כרך כד· ט'קח
אט'קח
בב"ה, שושן פורים, ה'תשכ"ו
גברוקלין, נ.י.
דצו דער 24'טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו
השלום וברכה!
ואזוי ווי די יערלעכע מסיבה קומט היי-יאר פאר געציילטע טעג נאך פורים, איז צו האפן, אז די אנטיילנעמער וועלן שטיין אונטער דעם פרישן
זאיינדרוק פון דעם באדייטונגספולן יום-טוב, וואס אונטערשטרייכט אז בא אידן איז יעדע דערמאנונג פארבונדן מיט מעשים (נזכרים ונעשים פורים דערמאנט אונז וועגןא צייט ווען אידן זיינען געווען אין גלות, אבער אונטער ליבעראלע אוןפריינטלעכע הערשער, אנהויבנדיג מיט כורש מלך פרס, וועלכער האט דיפארטריבענע אידן אין גלות בבל געגעבן פרייהייט און זעלבסשטענדיקייט אין אגרויסער מאס. אויך אונטער אחשורוש'ן האבן זיי גענאסן פרייהייט אין רעליגיעזן,עקאנאמישן און פאליטישן לעבן, אונטער דער גייסטיגער פירערשאפט פון מרדכיהצדיק, א מיטגליד פון סנהדרין און אן אנגעזעענע פיגור אין קעניגלעכן פאלאץ)יושב בשער המלך). מרדכי האט קיינמאל ניט פארגעסן, אז ער שטאמט פון ירושלים, און אז ער געפינט זיך אין גלות (אשר הגלה מירושלים גו'). עס זיינען אבער געווען אידן וועלכע האבן געוו[א]לט פארגעסן ירושלים און דעם בית-המקדש, און האבן געהאלטן פאר א כבוד און גליק אנטייל צו נעמען אין דער טריפה קעניגלעכער סעודה, און דאס האט געבראכט צו דער גזירה פון המן הרשע.
חמרדכי האט געוואוסט, אז דער וועג צו צעשטערן המן'ס גזירה איז דורך פארשטארקען און אויסברייטערן דעם תורה-טרייען חינוך פון די אידישע קינדער.
טדערציילן אונז די חכמים, זכרונם לברכה, אז מרדכי האט פארזאמלט פיל טויזנטער קינדער און האט מיט זיי געלערנט תורה - מיט אזא באגייסטערונג, אז זיי זיינען געווען גרייט צו גיין צוזאמען מיט מרדכי'ן אויף קידוש-השם, און דאס האט צונישט געמאכט אלע גזירות פון המן הרשע.
יאון אויך נאך דעם גרויסן נצחון, ווען מרדכי איז באשטימט געווארן אויף המן'ס ארט אלס משנה למלך און זיין רום האט דערגרייכט אין אלע מדינות, איז ער שטענדיג און אומעטום געווען בארימט אלס מרדכיהיהודי - "דער איד מרדכי", ווייל ער האט זיך שטענדיג און אומעטום געפירט אלס א שטאלצער תורה-איד, און דאס איז געווען זיין גאנצע מציאות, זיין אמת'ער "איך".
יאדי געשיכטע פון פורים איז א קלארע אנווייזונג פאר אלע צייטן און אומשטענדן.
יבמרדכי און אסתר זיינען לעבעדיגע מוסטערן פאר אידן, מענער און פרויען, אין אלע דורות, אויך אין אונזער צייט. און דער נס פורים איז אן אייביגער דערמאנער, אז תורה-טרייער חינוך פון אידישע קינדער איז דער סוד און יסוד פון דער עקזיסטענץ און צוקונפט פון אידישן פאלק.
יגאונטער דעם איינדרוק פון די אויבנדערמאנטע גרונט-געדאנקען פון פורים, וועט האפענטלעך יעדער איינער און איינע פון די אנטיילנעמער זיכער בעסער אפשאצן די לעבענסוויכטיגע ארבעט פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל און וועט זיך נעענטער אידענטיפיצירן מיט דער חינוך טעטיקייט פון אט דעם גרויסן תורה-מוסד וואס האט זיך דערווארבן אזעלכע ווייטגרייכנדע פארדינסטן.
ידאיך שיק מיין באגריסונג צו אלע חשובע געסט און אנטיילנעמער, מיט דער אינערלעכער ברכה, אז די אונטערנעמונג זאל דורכגעפירט
טוווערן מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן. דער זכות פון הפצת
טזהתורה והמצוות זאל ביישטיין אז אלע ענינים, סיי כללות'דיגע סיי פערזענלעכע, זאלן זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יזבכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות
יחמ. שניאורסאהן
יטט'קח
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 380, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 380, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
כנזכרים ונעשים: אסתר ט, כח. וראה רמ"ז בס' תיקון שובבים. הובא ונת' בס' לב דוד (להחיד"א) פכ"ט.
כאמרדכי הצדיק, א מיטגליד פון סנהדרין: ראה מגילה יג, ב. טז, ב.
כביושב בשער המלך: אסתר ב, יט. ועוד.
כגאשר הגלה מירושלים גו': שם, ז.
כדאון דאס האט געבראכט צו דער גזירה: ראה לקו"ש חל"א ע' 170 ואילך. "רשימות" חוברת לג ע' 19 ואילך, ובהנסמן שם.
כהדערציילן אונז די חכמים, זכרונם לברכה: ראה אסת"ר פ"ט, ד. פ"י, ד. ועוד.
כומשנה למלך..מרדכי היהודי: אסתר יו"ד, ג.
כזמרבין בשמחה: תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.