Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9133אגרות קודש· כרך כד· ט'קלג
אט'קלג
בב"ה, ד' אייר תשכ"ו
גברוקלין.
דמר שלום אליעזר
השי'
ושלום וברכה!
זנאך א ליינגערן איבעריס באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער בריף פון אסרו חג הפסח, אין וועלכען איר פרעגט וועגען די סיבות פון די געשעהנישן אין די לעצטע יארען.
חובכלל האבען מיר א אלגעמיינע אנווייזונג אין אונזער תורה וועלכעס ווערט אנגערופען, תורת חיים, וואס דער מיין אין דעם איז ווי דער פשוט'ר אפטייטש, תורת חיים, א תורה וועלכע גיט אנווייזונגען אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און בפרט אין אלגעמיינע פאסירונגען, תמים תהי' עם ה' אלקיך,
טפארלאזענדיק אויף השם יתברך, אז געוויס איז פראן א ריכטיגע ערקלערונג אויף יעדער זאך וואס פאסירט אין וועלט, און בפרט בנוגע צו ישראל עם קרובו, וואס השם יתברך רופט זיי אן מערערע מאל אין זיין תורה, בנים אתם לה' אלקיכם.
יאייגענטליך איז דאס אויבען געשריבענע פארשטענדליך, אז ווי קען א מענש, וועלכער איז באגרעניצט אין שכל, און באגרעניצט (געמיינט ניט פאלקאם אויסשעפענד) אין וויסען פאלקאם די פאסירונגען (געמיינט אז ניט אלע איינצעלהייטען זיינען עם באוואוסט, און זיכער ניט דעם אויסגאנג אין דעם אונמיטעלבארען צוקונפט אין די לעצטע יארען) איז ווי קען ער באנעמען און פארשטיין דעם שכל כביכול פון הקב"ה.
יאאון ווי באוואוסט דער פארגלייך אויף דעם, אז א קליין קינד זאל באגרייפען און באנעמען די אויפפירונג און טהאטען פון זקן וחכם בעל מדות גדולות, וואס דער אונטערשייד צווישען זיי, איז דאך בערך'דיקער, והראי' אז דער חכם גדול איז דאך געווען אין די זעלבע יארען ווי דער קינד, און מיט דעם זעלבן שכל, און דער קינד האט דאך די מעגליכקייט און האפענונג, אז מיט דער צייט, וועט ער אויך זיין א חכם גדול און אפשר נאך גרעסער פון עם, וואס בנוגע צו א מענשן און דעם בורא ית', איז דאך ניט קיין פארגלייך,
יבאון אדרבה, אין דעם טייל וואס מען פארשטייט יע, און מען באגרייפט, אין דעם איז דא דער נייעס און וואונדער.
יגוואס דעריבער דאנקט מען השם יתברך אויף דעם, וואס ער גיט און שיינקט דעת - חונן הדעת -
ידאון לויט געדיינקענדיג אונזער באגעגעניש, בין איך זיכער אז ס'איז ניט נויטיג צו מאריך זיין אין דעם אויבען געשריבענע.
טובא דער געלעגענהייט ערלויב איך מיר צו ביילייגען דעם העתק פון מיין מכתב כללי צו דעם פסח, וואס האפענטליך וועט איר האבען א אינטערעס אין זיין אינהאלט
טזבכבוד ובברכה
יזלאמיר זיך פארשטעלען, א מענשן א גוט פארשטענדליך און מיט גוטע עטישע חושים און שכל, און די פראגען וועלכע ווערען ערוועקט בא עם, אבער ער איז אויפגעהאדעוועט געווארען אויף א אינזעל, און האט קיין אהנונג אין מעדיצינישע היילונג דורך אפעראצייעס, און פלוצלונג איז ער אדורך אין האספיטאל, אריין אין אפערציאנס צימער, און זעהט ליגען א מענשן אויף א טיש צוגעבונדן מיט שטריק. (ווי מ'האט דאס געטאן בעפאר מ'האט אויסגעפונען דעם איינשלעפערונג מיטעל) און
יחארום עם שטייען עטליכע מענשן מיט מעסערס מיט פארשידענע אינסטרומענטען, און מען שניידט דעם מענשן אויפן טיש, און דער מענש שרייט מיט באנומענע קולות, איז דער אינזעל מענש ווען ער זעהט דאס, מאכט ער א געוואלד, און פרעגט ווי ערלויבט מען זיך דאס צו שניידען א מענשן און ניט לייגן קיין אכט אויף זיינע באנומענע קולות, איז דאך דאס וויילע ער - דער אינזעל מענש - האט קיין אהנונג פון דער אמת'ר כוונה פון דער אפעראציע, והנמשל מובן.
יטט'קלג
מר שלום אליעזר: שטאוב, טורונטו.
מר שלום אליעזר: שטאוב, טורונטו.
כתמים תהי' עם ה' אלקיך: פ' שופטים יח, יג.
כאישראל עם קרובו: תהלים קמח, יד.
כבבנים אתם לה' אלקיכם: פ' ראה יד, א.
כגאייגענטליך: בהבא לקמן ראה גם לעיל אגרת ט'קכד, ובהנסמן בהערות שם.
כדמיין מכתב כללי צו דעם פסח: דלעיל אגרת ט'קכב.