Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9177אגרות קודש·כרך כד·ט'קעז

אט'קעז
בב"ה, כ"ה תמוז, תשכ"ו
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון 11/7 אין וועלכען איר שרייבט, וועגען די באציה[א]ונג[ע]ן אין הויז וכו'.
ובכלל אין אזעלכע זאכען, קען מען אויפטאן מערער דורך פריינד און באקאנטע, איידער דירעקטע רייד פון נאהענטע.
זצו אייער שרייבין, אין שלוס פון אייער בריף, אין וואס צו אינוועסטען געלט.
חדארפמען ריידין אין דעם, מיט פארלעסליכע ביזנעס לייטע, און גוטע פריינד, וועלכע ווייסען אין דעם, אדער קענען אויסגעפינען וועגען דעם.
טאון השם יתברך וועלכער גיט אכטונג אויף יעדערן, מאן און פרוי, זאל אייך פירען אין דאס אלץ אויבען געשריבענע, אין א גוטער וועג, גוט אין אלע הינזיכטען.
יאיך האף אז ס'איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען, אז די טאג טעגליכע אויפפירונג מוז זיין אין איינקלאנג מיט די אלע אנווייזונגען פון אונזער הייליקער תורה, תורת חיים, און אפהיטען די מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם, וואס אלס צוגאב צום עיקר, אז דאס איז דער אנזאג פון השם יתברך, איז דאס אויך די וועג אויף צו באקומען זיינע ברכות אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.
יאגעוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע פרויען צו געבן אויף צדקה, יעדער מאל פאר ליכט צינדן, ערב שבת און ערב יום טוב, און עס וואלט גוט געווען מ'זאל בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז - אויב דאס איז ניט געטאן געווארן אין די לעצטע 12 חדשים -
יבבברכה,
יגבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ידמזכיר
טוט'קעז
בכלל אין אזעלכע זאכן: ראה גם לקמן אגרת ט'קצט. ט'ריט.
טזוחי בהם: אחרי יח, ה.