Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9187אגרות קודש· כרך כד· ט'קפז
אט'קפז
בב"ה, י"ד מנ"א, תשכ"ו
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' הרב מו"ה צבי הירש שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע.
זבעת רצון וועט מען מזכיר [זיין] די וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, און דער זכות הצדקה (לויט דע[ר] בייגעלייגטער קבלה) זאל איר ביישטיין אין דעם.
חוויבאלד אז אלץ איז דאך בהשגחה פרטית, איז דאס פון מיין חוב (וזכות) צו אויפמערקזאם מאכען אויף דער נויטיקייט און וויכטיקייט צו פארשפרייטען דעם לימוד תורת החסידות, און ניט באנוגענען זיך מיטן אליין לערנען, נאר דוקא אין אן אופן פון הפצה, און אויב פון יעדערן ווערט דאס ערווארטעט, עאכו"כ פון אזעלכע וועלכע האבן השפעה אין זייער קהלה, והובטחנו דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל לב השומע ופועלים פעולתם.
טבברכה לבשו"ט.
יט'קפז
מו"ה צבי הירש: ליבוביטש, בולטימור.
מו"ה צבי הירש: ליבוביטש, בולטימור.
יאדברים היוצאים מן הלב נכנסים אל לב: ראה ס' הישר לר"ת שי"ג. הובא בשל"ה סט, א.