Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9202אגרות קודש· כרך כד· ט'רב
אט'רב
בב"ה, א' אלול, תשכ"ו
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון ר"ח אלול.
ובעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט.
זאון לויט אייער בריף, איז געוויס איבעריג אונטערשטרייכען אז א צוגאב אין ענינים פון אידישקייט, תורה און מצות, בריינגט א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך, און אין ענינים פון גוטס און קדושה, איז דאך ווי גוט מ'איז אין דעם, קען מען שטענדיג נאך צוגעבן, וויבאלד דאס איז פארבונדען מיט השם יתברך וועלכער איז אין סופי - אונענדליך -
חאויך וואלט געווען גוט מ'זאל בודק זיין - אפטשעקין - אייערע תפילין - אויב דאס איז ניט געטאן געווארען אין די לעצטע 12 חדשים - און יעדער וואכען טאג אין דער פריה, פארן אנטאן די תפילין, צו געבען אויף צדקה.
טאון השם יתברך וועלכער גיט אכטונג אויף יעדערן און פארזארגט עם מיט דאס וואס ער נויטיגט זיך, זאל אייך בענטשן מיט דעם וואס איר באדארפט, און זאל אייך געבען א כתיבה וחתימה טובה.
יבברכה,
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יבמזכיר
יגנ.ב. צו אייער פראגע וועגען באזעצען זיך אין כפר חב"ד. - אזוי ווי לויטן פלאן, וועלען אויף דעם קומענדען ראש השנה זיין דא די פארשטייער פון כפר חב"ד, וואלט געווען ראטזאם, איר זאלט זיך טרעפען מיט זיי, און ריידין מיט זיי וואס איר ערווארט און וואס איר קענט באקומען.
ידאיך האף אז איר ווייסט פון דער תקנה, צו זאגען יעדער טאג - אויך שבת און יום טוב - דעם שיעור תהלים חדשי, ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש, און אלענספאל וועט איר טאן (זיי) פון איצטער אן און ווייטער.