Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9217אגרות קודש·כרך כד·ט'ריז

אט'ריז
בב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ו
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאין צוגאב צו די יאר יערלעכע ענינים, ענינים וועלכע יעדער יום טוב, אויך ראש השנה בכלל, ברענגט מיט זיך פון יאר צו יאר -
חוואס אויך די דאזיגע ענינים דארפן באטראכט ווערן און דורכגעלעבט ווערן כחדשים (ווי נייע), אזוי ווי אלע ענינים פון תורה און מצוות, וואס זיינען דערלעבן און די לעבנסקראפט פון א אידן (כי הם חיינו ואורך ימינו), וואס דערעצם לעבן איז דאך שטענדיג ניי און פריש, אויך בא א מענטש וואס האט שויןגעלעבט מערערע יארן -
טזיינען אויך פאראן ספעציעלע ענינים, וועלכע זיינען פארבונדן מיטגעוויסע יארן, און זיינען דעריבער פון באזונדערער באדייטונג אין דעםבאטרעפענדן יאר.
ידער אנקומענדער יאר ה'תשכ"ז, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,איז א נאך-שמיטה-יאר, ווען עס קומט צו א ספעציעלער ענין - די מצוה פוןהקהל (פארזאמלען), וועלכע איז "א פעסטער זייל און א גרויסער כבוד פאראונזער דת".
יאאין דער צייט פון בית-המקדש האט מען אין דעם נאך-שמיטה-יארגעדארפט פארזאמלען דעם פאלק - מענער, פרויען און קינדער אויך גאר קליינעקינדער, אין דעם בית-המקדש, צו הערן א ריי געקליבענע פרשיות פון דערתורה, וועלכע זיינען געלייענט געווארן דורך דעם מלך, און דאס דארף געטאןווערן בא דער ערשטער געלעגנהייט אין דעם יאר וואס מען קען זיי פארזאמלען(סוכות - ווען אידן קומען קיין ירושלים).
יבאון כאטש זינט דער בית-המקדש איז חרוב געווארען איז די מצוה פוןהקהל - ביז דער בית-המקדש וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, במהרה בימינו - ניט נוהג, זיינען דאך אבער תורה און מצוות נצחיות'דיגע, אזוי אז אויך די יעניגע מצוות וועלכע זיינען נוהג נאר בזמן הבית האט זייער רוחניות'דיגער גייסטיגער אינהאלט - א ספעציעלע באדייטונג (אין דער באשטימטער צייט פון טאג אדער יאר) אין אלע צייטן און ערטער, און דאס דארף אויסגעדריקט ווערן, מען דארף עס מקיים זיין אויף אן ענטשפרעכענדן אופן (תפלות - אין דער צייט פון טאג ווען מען האט געבראכט די קרבנות א.ז.וו.).
יג* * *
ידדי מצוה פון הקהל האט געהאט צוויי נקודות וואס, אויבערפלעכלעך, שיינען זיי צו זיין אין א ווידערשפרוך: פון איין זייט האט זיך געפאדערט הקהל את העם, האנשיםוהנשים והטף וגרך אשר בשעריך - א פארזאמלונג פון די העכסטע ביז די נידעריגסטע פון אידישן פאלק, וואס באווייזט, אז יעדער איינער און איינע, ניט קוקנדיג וואס זייער מעמד ומצב איז, האבן א שייכות דערצו; און, פון דער אנדער זייט, האט זיך געפאדערט צו לייענען פאר די פארזאמלטע געקליבענע פרשיות פון דער תורה, דורך דעם העכסטן בא אידן, דעם מלך.
טואיינע פון די דערקלערונגען דערפון:
טזתורה דארף באלעבן א אידן - אלע אידן אן אויסנאם - אנשים נשים טף גרים - דורכנעמען אים דורך און דורך, יעדן איינעם זיין גאנצע מציאות, אין דער פולסטער מאס און אין אלע פרטים, ביז אלע זיינע חושים און געפילן ווערן דורכגעדרונגען מיט תורה און מצוות, מיט ג-טלעכקייט.
יזאון כדי צו דערגרייכן דאס אויבנדערמאנטע אם טיפסטן און אין דער פולער מאס ווערט די תורה דאמאלסט געלייענט דורכ'ן מלך, וואס "אימתו עליך" , ער דערוועקט דעם געפיל פון אימה און קבלת-עול וואס איז מבטל דעם "איך" און ישות פון דעם הערער.
יח* * *
יטדי באדייטונג און אנווייזונג פון דער מצוה פון הקהל פאר יעדן איינעם און איינע פון אונז איז, אז מ'דארף אויסנוצן די התעוררות טעג פון חודש תשרי, און פארזאמלען אידן - מענער, פרויען און קינדער ביז - גאר קליינע קינדער - פארזאמלען זיי אין א הייליגע'ן "ארט", אין א הייליגער שטימונג און אויסנוצן עס פאר דעם צוועק וואס איז דער יסוד פון דער מצות הקהל: למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' אלקיכםושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת - כדי זיי זאלן הערן און זאלן לערנען און מורא האבן פאר דעם אויבערשטן, און היטן צו טאן אלע רייד פון דער תורה.
כעס איז ספעציעל די פליכט פון יעדן איינעם וואס איז א "מלך", א גדול אין זיין סביבה - א רב אין זיין קהילה, א מחנך אין זיין כיתה, א פאטער אין זיין משפחה - צו לאזן הערן דעם ווארט פון תורה און מצוות אין זיין קרייז, מיט א שטארקייט און ערנסטקייט, וואס זאל שאפן א טיפן איינדרוק און דויערנדע השפעה אויף די צוהערער, וואס זאל זיך פילן ניט נאר אין דעם חודש תשרי, און ניט נאר אין דעם גאנצן יאר, נאר במשך די אלע זיבן יארן פון איין הקהל ביז דעם קומענדיגען; א השפעה וואס זאל זיך אויסדריקן אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין אן אויפפירונג על-פי-תורה ומצוות מיט יראת-שמים און צוזאמען מיט דעם - בשמחה ובטוב לבב.
כא* * *
כבויהי רצון אז דער אויבערשטער - וועמען אידן קרוינען ראש-השנה אלס מלך ישראל און אלס מלך על כל הארץ, זאל באגליקן יעדן
כגאיינעם און איינער דורכצופירן דאס אויבנדערמאנטע אין דער פולסטער מאס,
כדאון דאס וועט אויך מקרב זיין און צואיילען די צייט ווען מען וועט מקיים זיין די מצוה פון הקהל, מיט אלע פרטים, אין בית-המקדש, בביאת משיח צדקנו, בב"א.
כהבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה
כומנחם שניאורסאהן
כזדורכגעלעבט ווערן כחדשים: ספרי דברים (ו, ו) - יותר מזה ברש"י שם (יא, יג. כו, טז) "חדשים".
כח------------------------
כטעלי' נאמר: ישעי' יב, א.
לט'ריז
נדפסה בסה"מ תרצ"ט בתחילתו, ובלקו"ש ח"ט ע' 444.
לאהקהל..דת: וילך לא, יב. ס' החינוך שם. וברמב"ם סוף הל' חגיגה ש"קריאה זו..לחזק דת האמת".
לבגאר קליינע: ראה רמב"ן עה"ת שם. גו"א (על פרש"י עה"ת). ובמנחת חינוך (שם) "נראה דתיכף שיצאו מכלל נפל"! (ועפ"ז גם בספק צריך להביא - שה"ז מ"ע מה"ת). ועד"ז הוא בכלי יקר.
לגבא דער ערשטער: כפשוטו של מקרא "בבוא כל ישראל גו'" - שמוסיף ומבאר הטעם.
לדתפלות - אין דער צייט כו': ברכות כו, ב.
לה------------------------
לוס' החינוך שם: מצוה תריב.
לזדעם העכסטן..מלך: להעיר מסוף תענית. וברמב"ם (שם) "ויראה כאילו..מפי הגבורה שומעה שהמלך שליח הוא להשמיע דברי הא-ל".
לחתורה דארף..דורכנעמען כו': כי היא חיינו ובדוגמת חיות האדם כפשוטו.
לטאימתו עליך: קדושין לב, ב.
ממבטל דעם "איך" כו': ראה חגיגה ה, ב: יחוי קמי מלכא. סהמ"צ לאדמו"ר הצמח צדק (שהשנה שנת המאה להסתלקות הילולא שלו) מצות מינוי מלך.
מא------------------------
מבהקהל את העם..וגרך אשר בשעריך: וילך לא, יב.
מגדי באדייטונג: שזהו הקשר המיוחד שבין שנה זו לענין החנוך. ראה בזה גם לקמן אגרות ט'רלב. ט'רמא. ט'רמד. ט'רמו. ט'רצד. ט'רצו. ט'שה. ט'שטו. ט'שיט. ט'שכה.
מדט'שלא.
מהא "מלך", א גדול: להעיר אשר לכמה דעות באם אין מלך בישראל הגדול שבדור הי' קורא פרשת הקהל. ובאזהרות רב סעדי' גאון (דיבור לא תשא): רב מהיר יקרא ספר במועד שמיטת (מנחת חינוך שם. ביאור להרב פערלא על ס' המצות לרס"ג, עשה ט"ז ופ' יו"ד).
מוצוזאמען מיט דעם: להעיר מספרי ואתחנן (ו, ה) ואין אהבה במקום יראה כו' אלא כו'.
מזקרוינען ראש השנה: ראש השנה טז, א. וראה לקו"ת נצבים נא, ב. ד"ה תקעו ה'תש"א.
מחובכ"מ.
מט------------------------
נלמען ישמעו..התורה הזאת: וילך לא, יב.
נאלכמה דעות: ראה לקו"ש חל"ד ע' 189 הערה 20. וש"נ.
נבד"ה תקעו ה'תש"א: סה"מ תש"א בתחילתו.
נגמלך ישראל: ישעי' מד, ו.
נדמלך על כל הארץ: זכרי' יד, ט.
נהצואיילען די צייט: כמחז"ל (סנה' צח, א. זח"א קיז, ב): זכו אחישנה.
נו------------------------