Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9241אגרות קודש· כרך כד· ט'רמא
אט'רמא
בב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דצו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן חנוכה-דינער
הפון דעם עלטערן און לערער פארבאנד פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל
ושלום וברכה!
זעס האט מיר געפרייט צו באקומען די מיטטיילונג וועגן דעם קומענדיגען יערלעכן חנוכה-דינער, וואס וועט דעם יאר פארצייכ[ע]נען דעם 25'יעריגען עקזיסטענץ פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל.
חבא דער געלעגנהייט זאל אויך אונטערשטראכן ווערן, אז היינטיגס יאר האט א ספעציעלע באדייטונג פאר חינוך, זייענדיג א יאר פון הקהל , ווי דער ענין איז ארומגערעדט געווארן אין דעם בריוו צו ראש-השנה. די מצוה פון הקהל - פארזאמלען דעם פאלק: מענער, פרויען און קינדער, אין בית-המקדש, צו הערן פרשיות פון דער תורה, וועלכע זיינען געלייענט געווארן דורך דעם מלך, כדי צו דערוועקן אין זיי יראת השם און שטארקען זייער טעגלעכע אויפפירונג על פי תורה ומצוות - האט ארויסגערופן אין יעדן איינעם, מאן און פרוי, א פארשטארקטן געפיל
טפון אחריות פאר חינוך על טהרת הקודש - אן אחריות און פליכט
יוועלכע דארפן דערפילט ווערן אלע יאר, און אין דעם יאר פון הקהל נאך מער.
יאכאטש אין דער היינטיגער צייט איז די פאראנטווארטלעכקייט פאר חינוך, אין א גרויסער מאס, אריבערגעטראגן געווארן אויף די מוסדות חינוך מיט זייערע לערער און מחנכים, מיינט דאס אבער ניט, אז עלטערן זיינען באפרייט געווארן פון זייער פערזענלעכע פליכט מקיים צו זיין די מצוה פון ושננתם לבניך - איינצופלאנצן אין זייערע קינדער תורה מיט יראת שמים און קיום המצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן. דאס דארף זיך אויסדריקן, קודם כל, אין דעם חינוך, הדרכה און השפעה אין דע[ר] היים, און אויך אין דער אקטיווער מיטארבעט מיט דעם מוסד חינוך און לערער, צו העלפן זיי דורכפירן זייער שליחות, אלס פארשטייער פון די עלטערן, אין דער פולסטער מאס, און פון זייער זייט מקיים צו זיין דעם ושננתם לבניך - אלו התלמידים.
יבאזוי ווי דער דינער קומט פאר אין דעם יום-טוב חנוכה, און געציילטע טעג נאך יום הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, איז צו האפן, אז אלע אנטיילנעמער וועלן ברענגען צום אויסדרוק דעם גייסט און אינהאלט פון די דאזיגע ליכטיגע טעג, דורך א פארשטארקטע טעטיקייט לטובת דעם מוסד וואס ווערט אנגעפירט אין דעם גייסט פון דעם בעל הגאולה, וואס דאס מיינט לטובת דעם חינוך פון די קינדער-תלמידים שיחיו.
יגהשם יתברך זאל העלפן, אז די הארמאנישע צוזאמענארבעט און פרוכטבארע טעטיקייט זאל כסדר שטייגן און וואקסן, אין איינקלאנג מיט דעם אנזאג מעלין בקודש , ווי דאס ווערט אויך ארויסגעבראכט אין דער מצוה פון נר חנוכה - מוסיף והולך - אנצינדען נאך א לייכטענדע ליכטעלע יעדע נאכט פון חנוכה, און וואס מער פארשפרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.
ידבברכה להצלחה און צו א פריילעכן און ליכטיגען חנוכה.
טוט'רמא
בריוו צו ראש-השנה: דלעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
בריוו צו ראש-השנה: דלעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
טזושננתם לבניך: ואתחנן ו, ז.
יזאלו התלמידים: ספרי ופרש"י עה"פ.
יחמעלין בקודש: ברכות כח, א. וש"נ.
יטמוסיף והולך: שבת כא, ב.
כנר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג.