Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9260אגרות קודש· כרך כד· ט'רס
אט'רס
בב"ה, ח' טבת, תשכ"ז
גברוקלין.
דליידיס אוקזילערי "נחת" - מאנטרעאל
המרת שרה תחי'
וברכה ושלום!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ו' טבת מיט דאס בייגעלייגטע.
חויהי רצון איר זאלט האבען הצלחה אין אייער ארבעט לטובת די מוסדות, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען און ווערן אנגעפירט אין דעם גייסט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אויף וועמענס ציון הק' איר וועט דערמאנט ווערען, צו פיל הצלחה, צו די אלע וועלכע טוען אין דעם.
טויהי רצון אז דער טאן אין דאס אויבען דערמאנטע זאל זיין אין א אופן פון צוגעבען מער און מער, וואס דאס איז אויך די אפלערנונג פון די חנוכה טעג, פון וועלכע מיר קומען ערשט, אז מ'גיט צו אין ליכטיקייט (ליכטיקייט וועלכעס איז פארבונדען מיט נר מצוה ותורה אור) פון טאג צו טאג.
יבברכה לבשו"ט בכל האמור,
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יבט'רס
מרת שרה: שימאנאוויטש.
מרת שרה: שימאנאוויטש.
יגנר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג. וראה פרש"י ד"ה בנים - שבת כג, ב.