Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9264אגרות קודש·כרך כד·ט'רסד

אט'רסד
בב"ה, כ' טבת, תשכ"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
המ'האט מיר איבערגעגעבן, וועגן אייער געזונט צושטאנד, און ניט אויפגעלעג[ט] קייט.
ובעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אויבען געשריבענע.
זאון קענענדיג אייך און אייער משפחה בכלל, איז איבעריג צו באטאנען, אז עס וואונדערט מיר אויף דער קליינקייט אין בטחון בהשם יתברך, וואס ער [איז] משגיח בהשגחה פרטית אויף יעדערן ביז דאס קלענסטע איינצעלהייט, און בפרט אין אייער פאל, אז איר האט געזעהן חסדי השם יתברך מערערע מאל, וואס דאס מוז דאך לאגיש בריינגען צו פארשטארקונג אין בטחון בהשם יתברך, און ווייניגער דאגה, און צו האבן קביעות עתים בתורה, און מקיים זיין מצות בשמחה, וטוב לבב, און ניט לייגען קיין אכט, וואס דער יצר הרע פרובירט איינריידין אנדערש, און ניט אומזיסט ווערט דאך דער יצר הרע - אנגערופן, זקן וכסיל.
חאיך האף אז צו דער צייט פון ערהאלטן מיין בריף, איז שוין דא א בעסערונג, און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם אלעס.
טבברכה לרפואה ולבשו"ט.
יט'רסד
נדפסה בלקו"ש חל"ו ע' 285, והושלמה עפ"י העתקה.
יאזקן וכסיל: קהלת ד, יג ובפרש"י.