Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 24·Letter 9282אגרות קודש·כרך כד·ט'רפב

אט'רפב
בב"ה, ה' אד"ר, תשכ"ז
גברוקלין.
דמרת הדסה
התחי'
וברכה ושלום!
זאין ענטפער אויף אייער בריף פון מוצש"ק.
חבעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען, לויטן אינהאלט פון אייער בריף.
טצו אייער דערמאנען וועגען א פאסענדער צייט צו א באזוך דא - מכמה טעמים איז כדאי, בחדש הרצון וימים טובים [נאר לפעמים פאר א בעלת הבית איז דאס פארבונדן מיט פערשידענע שוועריקייטען, איז דענסטמאל כדאי צו פארבינדען דאס מיט דער צייט פון דעם כינוס (קאנווענשאן) פון נשי חב"ד דא, וואס על פי רוב, קומט דאס פאר צווישען פסח און שבועות, און בפרטיות דארפמען זיך צונויפשרייבען מיט דעם מרכז פון נשי חב"ד, דא].
יגעוויס נעמט איר איינטייל אין די פעולות פון נשי חב"ד בכפר חב"ד, און געוויס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דער נויטיקייט פון דעם.
יאבברכה לבשו"ט בכל האמור.
יבט'רפב
מרת הדסה: פרמן, כפר-חב"ד.