Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9296אגרות קודש· כרך כד· ט'רצו
אט'רצו
בב"ה, תענית אסתר, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דצוום יערלעכען באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי תמימים, און אלע אנטיילנעמער,
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאיך האב שוין באמערקט בא פארשידענע געלעגנהייטן, אז היי-יאר איז א סגולה-יאר פאר טעטיקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט חינוך-על-טהרת-הקודש, אזוי ווי עס איז א יאר פון הקהל. אין דער צייט פון בית-המקדש האט מען אין דעם יאר נאך שמיטה פארזאמלט דעם גאנצן פאלק, מענער, פרויען און קינדער (האנשים והנשיםוהטף), צו דערמוטיגען און שטארקן זיי אין עניני יראת שמים, תורה ומצוות.
חדי מצוה פון הקהל צייכנט זיך אויס דערמיט וואס זי פארפליכטעט אלע אידן - מענער, פרויען און קינדער, אויך גאר קליינע קינדער.
טאזוי ווי דער באנקעט קומט פאר דעם חודש, וואס די נקודה פון דעם חודש איז פורים , איז כדאי צו באמערקן, אז עס איז פאראן אן ענלעכקייט צווישן דערמצוה פון הקהל און דעם ענין פון פורים, אין דעם וואס אויך די געשעענישן פון פורים האבן אנגערירט אלע אידן גלייך - מענער, פרויען און קינדער (כל היהודיםמנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד). און דעריבער, אז מ'האט געדארפט מבטל זיין די גזירה פון המן הרשע, האט אסתר געפאדערט - לך כנוס את כל היהודים, צו פארזאמלען אלע אידן צו פאסטן און תשובה טאן. און די חכמים זכרונם לברכה דערציילן, אז ווען איז די גזירה בטל געווארן? - ווען די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן, וועמען מרדכי הצדיק האט פארזאמלט און געלערנט מיט זיי תורה, זיינען געווען גרייט צו גיין אויף מסירת-נפש צוזאמען מיט מרדכי הצדיק.
ידי מצוה פון הקהל און דער ענין פון פורים דערמאנען אונז, אז דער איינציגער וועג צו באווארענען, אז עס זאל לכתחילה ניט אויפשטיין א המן, און מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו די נסים, איז דורכדעם וואס מ'וועט פארזיכערן, אז אלע אידישע קינדער, פון דער פריסטער יוגנט אן, זאלן באקומען א תורה-טרייען חינוך, אין מוסדות תורה על טהרת הקודש.
יאאיך האף, אז די דאזיגע דאפלטע דערמאנונג וועט ארויסרופן א דאפלטע באגייסטערונג בא די חשובע אנפירערינס און חברות פון דער ליידיס אקזילערי און אלע אנטיילנעמער אין דעם באנקעט, צו פארשטארקן און אויסברייטערן אייער העכסט-וויכטיגע ארבעט. השם יתברך זאל אייך אין דעם באגליקן, און דער זכות פון הפצת התורה והמצוות זאל ביישטיין אייך און אייערע בני-בית שיחיו, אז אלע ענינים, בגשמיות וברוחניות, זאלן זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה.
יבבברכה להצלחה ולבשורות טובות ולפורים שמח
יגמ. שניאורסאהן
ידט'רצו
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 382, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 382, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
טוחינוך..הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
טזהאנשים והנשים והטף: וילך לא, יב.
יזפורים..הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'רצד.
יחכל היהודים..ביום אחד: אסתר ג, יג.
יטלך כנוס את כל היהודים: שם ד, טז.
כדי חכמים זכרונם לברכה דערציילן: ראה אסת"ר פ"ט, ד. פ"י, ד. ועוד.
כאמרבין בשמחה: תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.