Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9305אגרות קודש· כרך כד· ט'שה
אט'שה
בב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זדער יום-טוב פסח, זמן חירותנו, האט הייאר א ספעציעלע באדייטונג, אין ליכט פון דער פאלגנדער קורצער הקדמה:
חמען זעט, אז ווען א מענטש געפינט זיך אין אן צוגעפאסטער שטימונג, מאכט אויף אים א באטרעפנדע דערשיינונג א שטארקערן רושם: ווען איינער געפינט זיך אין א פריילעכע שטימונג, נעמט ער אויף אן ענין פון שמחה מיט א גרעסערע באגייסטערונג.
טפארקערט, אין א געדריקטער שטימונג, רופט ארויס א ניט-געוואונשענע דערשיינונג א גרעסערע אראפגעפאלנקייט. דאס זעלבע זעט מען אויך אין צוזאמענהאנג מיטן פיזישן צושטאנד. ווען דער קערפער איז געזונט, ווערט ער שטארקער דורך אלע געזונטע זאכן אין דער פולסטער מאס; ווען דער קערפער איז אפגעשוואכט, קען אפילו א לייכטע שעדלעכע זאך זיך שווער אפרופן אויפן געזונט -
יענליך און אויסגעדריקט אין דעם הלכה פרינציפ : מצא מין את מינו וניעור.
יא* * *
יבהייאר איז א יאר וואס איז אריינגעפירט געווארן באלד פון אנהויב מיט דער מצוה (און אין דער שטימונג) פון הקהל - די ספעציעלע מצוה אין דעם יאר נאך שמיטה: הקהלאת העם האנשים והנשים והטף - צוזאמענקלייבן אלע טיילן פון אידישן פאלק - מיט דעם צוועק, ווי דער פסוק ערקלערט גלייך אויף אן ארט, אז עס זאל זיין יראת ה' און מען זאל לערנען און מקיים זיין די תורה.
יגאזוי אויך די סיבה און אינהאלט פון חג הפסח וואס דאס איז יציאת מצרים, איז געווען, ניט ווי בא אנדערע גליות (בבל, מדי פרס און יון) אז ניט אלע אידן זיינען ארויס דאמאלס פון בבל א.ז.וו. - נאר בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנות[י]נו - אלע אידן פון קליין ביז גרויס זיינען ארויס פון מצרים און מיט דעם צוועק: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה - ווערן אן עבד אלקים און מקבל זיין די תורה ביים בארג סיני.
ידדעריבער, כאטש פסח איז א מצות עשה שהזמן גרמא (וואס פרויען זיינען געוויינלעך פטור דערפון), מוזן אבער אויך פרויען באטייליקן זיך אין דעם. און בנוגע קינדער - איז דאך דער אריינפיר אין יום טוב גלייך באם אנהייב פון דער צייט פון יציאת מצרים - דער סדר של פסח באזירט אויף והגדת לבנך (זאגן און אנזאגן דיין זון) - מיט פיל פרטים און ענינים וועלכע זיינען געצילט אריינצוציען די קינדער אין דעם ענין פון פסח, נאך איידער מען איז מקיים די מצוות פון פסח, מצה און מרור. און אלע קינדער.
טודער סדר איז ניט באגרענעצט צו קינדער חכמים, נאר צו אלע סוגים, פון חכם ביז שאינו יודע לשאול,
טזאון אנזאגן אלעמען אז בעבור זה - כדי מיר זאלן מקיים זיין די מצות - האטדער אויבערשטער אונז ארויסגענומען פון מצרים.
יז* * *
יחאזא טאטאלע באפרייאונג ווי עס איז געווען פון גלות מצרים איז ניט געווען אין די שפעטערדיקע גלות'ן, אבער וועט ווידערהוילט ווערן בא דער גאולה האמתית פון דעם איצטיקן גלות, ווי דאס איז ג-טלעך צוגעזאגט געווארן (כימי צאתך מארץ מצריםאראנו נפלאות ), ווען אלע אידן, יונג און אלט, קינדער און פרויען, מיט אלעם וואס זיי באזיצען, וועלן אויסגעלייזט ווערן דורך משיח צדקנו, און מיט דעם צוועק אז בחוקי תלכו..והייתם לי לעם ואנכי אהי' לכם לאלקים (היטן דעם אויבערשטענ'ס געזעצן און זיין זיין פאלק).
יטאון פונקט ווי גאולת-מצרים האט געקענט צושטאנד קומען נאר דאן ווען די אידן האבן מיט מסירת נפש אפגעווארפן די עבודה זרה פון מצרים און האבן געביינקט און אויסגעקוקט ווען וועלן זיי שוין באקומען די תורה, אזוי מוז אויך איצט ווערן געמאכט די צוגרייטונג צו אונזער גאולה - דורך ענטגילטיק אפווארפן די פארשידענע עבודה-זרות פון אונזער צייט; און בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו - יעדערער זאל זיך ארויסנעמען, מיט פרוי און קינדער, פון צושטאנד פון עבדי פרעה - קנעכט צו די אידעען וואס הערשן אין דער דרויסענדיגער וועלט - און ווערן עבדי השם, אין א טאטאלער פארפליכטונג צום אויבערשטן, און אזוי ארום דערגרייכן דעם אמת'ן חרות , דורך א טאג-טעגלעכןתורה ומצות לעבן.
כ* * *
כאדער אויבערשטער זאל געבן, אז דער קומענדיקער יום טוב זאל הייאר, אין יאר פון הקהל , אויפגענומען ווערן מיט א ספעציעלער באגייסטערונג, ווי אויבן געזאגט; א באגייסטערונג וואס זאל זיך אויסדריקן אין די טעג פונם יום טוב און אין אלע קומענדיקע טעג, ווי אנגעזאגט בא הקהל: ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת - אפהיטן כדי צו טאן (ניט יוצא זיין מיט א גוטער אידישער הארץ און א הויך עטישער דרשה - ווי גוט זיי זאלן זיין) די אלע רייד (ניט אויסקלייבן וואס עס איז, לויט זיין מיינונג, "צוגעפאסט" צו היינטיגער צייט און באקוועם) פון דער תורה (ווי דער רמב"ם פארטייטשט תורה אין א פסק דין - יעדער פסוק און יעדער ווארט און אזוי אויך - תורה שבעל פה),
כבאון דאס וועט דערנעענטערן די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
כגבברכת חג הפסח כשר ושמח
כדמנחם שניאורסאהן
כהווען דער קערפער: זע אויך שבת לב, א. תענית כט, ב.
כוהלכה פרינציפ: ענליך אויך אין [א]גדה: מגלגלין זכות ליום זכאי (ולהעיר מפרש"י ע"ז - ערכין יא, ב ד"ה זכות - בניסן נגאלו בניסן עתידין להגאל)
כזמצא..וניעור: זע פרש"י ע"ז עג, א.
כח------------------------
כטט'שה
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים ובאורים (הוצאת תנש"א, ע' תריד).
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים ובאורים (הוצאת תנש"א, ע' תריד).
לתענית כט, ב: אולי שייך למ"ש בהערה הבאה "מגלגלין זכות ליום זכאי" (וצ"ל תענית כט, א).
לאמצא מין את מינו וניעור: עירובין ט, א. וש"נ.
לבהקהל..והטף: דברים לא, יב.
לגבנערינו..ובבנותינו: שמות י, ט.
לדבהוציאך..די תורה: שמות ג, יב. וכתיב"ע ופרש"י שם.
להאויך פרויען: זע שו"ע לאדמו"ר הזקן או"ח סתע"ב סכ"ה.
לובנוגע קינדער: זע דארט ר"ס תע"ב, סתע"ג ס"מ, מב. ועוד. וראה סידור האריז"ל סדר הגדה ד"ה והנה התינוקות. ועוד. ובשיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר דחה"פ ה'תש"ד דזה שהתינוק דוקא שואל מעורר למעלה הענין דכי נער ישראל ואוהבהו, כתוב המדבר ביצי"מ.
לז------------------------
לחא יאר..פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
לטמצות עשה שהזמן גרמא..פרויען..פטור: קידושין כט, א (במשנה).
מובשיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר: סה"ש תש"ד ע' 77.
מאדכי נער ישראל ואוהבהו: הושע יא, א.
מבוהגדת לבנך: בא יג, ח.
מגבעבור זה - כדי כו': שמות יג, ח (ובפי' הראב"ע שם).
מדטאטאלע..ניט געווען כו': דערפאר איז אויך אפילו בא מצות הקהל דא מיעוטא דמיעוטא וואס זיינען פטור (אבער בא דער גאולה העתידה איז אפילו עוורופסח אויך אין דעם קהל גדול ישובו הנה - ריש חגיגה. ירמי' לא, ז) און אזוי אויך באם סדר - נאר כשהגיעו לחינוך וכו' - וויבאלד (אז פון חטא העגל פעלט די שלימות ביז לעת"ל און) הקהל וחה"פ זיינען נאר א מעין ודוגמא (באופן שונה זמ"ז). ואכ"מ.
מהכימי..נפלאות: מיכה ז, טו. ובהשמטות לזח"א (רסא, ב) עה"פ - דכלהו יומין עילאין אזדמנו התם ואזדמנו הכא.
מובחוקי..לאלקים: יחזקאל לו, כז-כח.
מזמיט מסירת נפש: זע מדרש געבראכט ברבותינו בעה"ת (שמות יב, יג).
מחגעביינקט..תורה: הגדה געבראכט בר"ן סוף פסחים.
מטעבדי פרעה..השם: זע ירוש' פסחים (פ"ה, ה"ה) אז בא יצי"מ איז דאס געווארען נאך פארן ארויסגיין - "מכאן והילך".
נאמת'ן חרות: כי אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בת"ת (אבות פ"ו, ב).
נאדער רמב"ם: הל' תשובה פ"ג ה"ח.
נב------------------------
נגושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת: וילך לא, יב.