Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 24· Letter 9325אגרות קודש· כרך כד· ט'שכה
אט'שכה
בב"ה, ערב ראש-חודש סיון, ה'תשכ"ז
גברוקלין, נ.י.
דצו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון נ.י. קאמיטע פאר דעם סעמינאר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה
הברכה ושלום!
ודער יערלעכער לאנטשאן, וואס קומט היי-יאר פאר ביום ג' סיון הבע"ל, געציילטע טעג פאר דעם יום-טוב פון מתן-תורה , און אין א יאר פון הקהל, וועט זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון ביידע ענינים: די הכנות צו קבלת-התורה און דיבאדייטונג פון הקהל.
זסיי בא קבלת-התורה (אלע יאר) און סיי בא הקהל (איינמאל אין זיבן יאר) געפינען מיר אין תורה צוויי געמיינזאמע הויפט-שטריכן:
חערשטנס, איז אין ביידע פאלן געקומען צום אויסדרוק דער צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פון אידישן פאלק. בא מתן-תורה - ויחן שם ישראל (לשון יחיד) - דאס אידיש פאלק איז געווען פארזאמלט ביים בארג סיני, ווי רש"י באמערקט אין נאמען פון מכילתא - כאיש אחד בלב אחד - ווי איין מענטש מיט איין הארץ. אלע אידן, מענער פרויען און קינדער, זיינען געווען פאראיינציקט מיט איין און דעם זעלבן געדאנק צו מקבל זיין די תורה ומצוות. און בא הקהל זאגט די תורה - הקהל את העם, האנשיםוהנשים והטף - פארזאמל דאס פאלק, מענער פרויען און קינדער, אויך מיט דעם צוועק למען ישמעו ולמען ילמדו..ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת - צו הערן און צו לערנען..און היטן און טאן אלע מצוות פון דער תורה.
טצווייטנס, ווערט אין ביידע פאלן אונטערשטראכן דער צענטראלער ארט פון דער אידישער פרוי: בא מתן-תורה - כה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים, און בא הקהל - האנשים והנשים והטף.
ידער צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פון אידן צווישן זיך, און פון אידן מיט דעם אויבערשטן, איז מעגלעך נאר מצד דעם וואס אידן, אלע אידן אן אויסנאם, האבן א ג-טלעכע נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, און וואס די תורה ומצוות - אלקות ממש - פאראיינציקן אידן מיט דעם אויבערשטן.
יאאון אין אט דעם צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פארנעמען די אידישע פרויען א צענטראלן ארט.
יבדעריבער דארף די היי-יארידיגע אונטערנעמונג - עטלעכע טעג פאר קבלת-התורה און אין דעם יאר פון הקהל - ספעציעל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם אינהאלט פון ביידע ענינים, בפרט אז די ארבעט פון דער קאמיטע איז דאך צו פארשטארקן און אויסברייטערן די מוסדות חינוך אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו, וועלכע פארנעמען זיך מיט דער דערציאונג פון די צוקונפטיגע דערציערינס און בויערינס פון אידישן פאלק.
יגהשם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט אין א שטייגענדער מאס, און דער זכות זאל אייך אלעמען, מיט אייערע בני-בית שיחיו,
ידביישטיין געבענטשט צו ווערן פון דעם אויבערשטן אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
טובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
טזט'שכה
נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 218.
נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 218.
יזא יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
יחקבלת התורה..הקהל: ראה גם לקמן אגרת ט'שלא.
יטויחן שם ישראל: יתרו יט, ב.
כהקהל את העם..דברי התורה הזאת: וילך לא, יב.
כאכה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים: יתרו יט, ג ובמכילתא ופרש"י.
כבדער צוזאמענבונד..פון אידן צווישן זיך..נשמה: ראה תניא פרק לב.
כגחלק אלוקה ממעל ממש: שם רפ"ב.